אלע נייעס
וויאזוי הייבט מען דעם ספר תורה ביי הגבה?...
דף היומי מגיד שיעור ר' אלי סטעפאנסקי גיט זיין טעגליכע שיעור ביי די חתונה פון זיין זון נעכטן
לעיקפראנט
א קופקע פארמירט זיך אונטער די הערליכע פלארידע אטמאספערע צווישן די נייע לעיקפראנט תושבים

די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט דערקלערט אז דער געוועזענער פיליפינער פרעזידענט ראדריגא דוטערטע איז אין א פאזיציע צו קענען שטיין פאר א געריכט, כאטש וואס זיינע לויערס האט גע'טענה'ט אז ראדריגא ליידט פון זכרון קאמפליקאציעס, מאכנדיג א טרייעל אומ'יושר'דיג.
ראדריגא ווערט באשולדיגט אין באגיין אקטן קעגן די מענטשהייט צוליב זיין אנטי-דראג קאמפיין וואס האט געצילט דראג טראפיקערס און קאנסומערס, פירנדיג צו מער ווי 8,000 טויטע, מיט עטליכע מענטשן רעכט ארגאניזאציעס וואס טענה'ן אז די נומער איז אסאך העכער און שטייט ביי נאנט צו 30,000 טויטע.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

דער געוועזענער ניו יארק סיטי מעיאר און אוהב ישראל עריק עדעמס האט זיך געטראפן נעכטן מיט'ן מקובל ר' יאשיהו פינטו.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf
די פראנצויזישע רעגירונג האט אויף צייטווייליג פארבאטן די פאליציי פון זיך באנוצן מיט סטאן-גראנאטן דורכאויס די אנגייענדע סטודענטן-געפירטע פראטעסטן נאך וואס א 15-יאריגער האט פארלוירן זיין האנט אינמיטן א געשלעג מיט די פאליציי.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

פאקיסטאן האט זיך שטילערהייט אנגעשלאסן אין די סאודיע-געפירטע מלחמה קעגן די הוטי רעבעלן פון תימן.
פאקיסטאנער פייטער דזשעטס טוען אקטיוו דורכפירן לופט אטאקעס קעגן הוטי פאזיציעס.
פאקיסטאן'ס באטייליגונג איז הויפטזעכליך פאקוסירט אויף אפשוואכן הוטי מיסיל און דראון מעגליכקייטן.
• ניו יארק טיימס •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

דער געוועזענער ווענעזועלער פרעזידענט ניקאלאס מאדורא איז געווארן אנגעקלאגט מיט פרישע מענטשן רעכט פארלעצונגען, צולייגענדיג צו די דראג האנדל קלאגעס וואס ער שטייט שוין אויס.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

היינט 25 יאר צוריק, האט פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש אנאנסירט די אנהייב פון אן אמעריקאנער מיליטערישע אינוואזיע אויף אפגאניסטאן.
די אינוואזיע איז ארגינעל געווען א סוקסעס און אמעריקע האט באוויזן אראפצואווארפן די טאליבאן רעזשים אין אונטער צוויי מאנאטן און אויפגעשטעלט א נייע רעגירונג. אמעריקע האט דאן אומגעברענגט צענדליגער טויזנטער טעראריסטן וועלכע זענען געווען א טייל אין פלאנירן די 9/11 אטאקעס.
אבער די יארן זענען געלאפן און די מיסיע האט אנגעהויבן ווערן א שאד, טוישנדיג פון קאנטערטעראריזם צו אויפבויען א לאנד.
אמעריקע האט זיך נישט ארויסגעצויגן פון דאס לאנד ביז 2021, אן ארויסציאונג וואס האט רעזולטירט אז די טאליבאן זאל צוריק איבערנעמען די מאכט.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

פילע פאליטיקאנטן און רעגירונג פירער זענען היינט ארויסגעקומען אדרעסירן דעם דריטן יארטאג פון אקטאבער זיבן. צווישן זיי ציילט זיך, קאנגערסמאן מייק לאולער, קאנגערסמאן רענדי פיין, קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן, ניו יארק סיטי מעיאר זאהראן מאמדאני, סענאטאר טשאק שומער, סענאטאר דזשאן פעטערמאן, געוועזענער איראנער קרוין פרינץ פאלאווי, דייטשער קאנצלער מערץ, פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מעקראן, ארגענטינע פרעזידענט מילעי, און אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

פרא-פאליסטינער פראטעסטן זענען היינט געווארן אפגעהאלטן פארנט פון סיטי האול קעגן מעיאר מאמדאני, צוליב וואס טייל פאליסטינע אקטיוויסטן גלייבן אז מאמדאני האט פארראטן די פרא-פאליסטינער באוועגונג.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

די פענטאגאן האט אנגעוויזן פאר די סענטראל קאמענד צו צוענדיגן די צוגרייטונגען פאר א מעגליכע פארזעצונג פון גרויסע אטאקעס קעגן איראן.
אמעריקאנער און איזראעלישע באאמטע זאגן אז באנייטע אטאקעס קענען זיך אנהייבן נאך בעפאר די נאוועמבער מידטורמס, און מעגליך אפילו נאך פאר מדינת ישראל'ס וואל פארמעסט וועלכע קומט פאר א וואך בעפאר די מידטורמס.
א באנייטע קאמפיין איז ערווארטעט צו ארייננעמען גרויסע אמעריקאנער און מדינת ישראל אטאקעס קעגן איראנער ענערגיע אינפראסטרוקטור און נוקלעארע צענטערן, מיט ביידע מיליטערן פארמישט אין די אטאקעס.
• אקסיאס, צוטריט פון אמעריקאנער באאמטע •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט
ליינט איבער דער אינטערנאציאנאלער קרימינאלער געריכט וועלכע געפינט זיך אונטער קריטיק פון וועלט פירער, און אין שפיץ, דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, וועלכע באשולדיגן איר אין זיין א באזע פון קארופציע און א פשוט'ער פאליטישער וואפן, טוישנדיג איר…
ליין די פולן ארטיקלפרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט צו שענקען פאר אילאן מאסק, נעווידיע סי-אי-או דזשענסען האונג, גוגל קא-פאנדער סערגעי ברין און AMD סי-אי-או ליסא סו, די נאצינאלע מעדאל פון סייענס ביי די מארגנדיגע ווייסע הויז סייענס סאמיט.
• בלומבערג •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

פליי-דובאי קא-פילאט האמאם אל-חמאמי האט געפלאנט צו היידזשעקן א פליגער קיין תל אביב עטליכע מאנאטן בעפאר ס'איז אים שיער געלונגען, פארגאנגענעם חול המועד.
אויספארשער זאגן אז דער קא-פילאט האט פרובירט צו באקומען ארבעט ביי א לופטליניע וואס פליט קיין מדינת ישראל און געבעטן צו פליען מיט פליי-דובאי'ס דובאי-תל אביב רוט. ער האט געזאגט פאר אויספארשער אז זיינע שריט זענען מאטיווירט געווארן דורך די סיטואציע אין עזה.
זיין פלאן איז געווען צו פארוואונדן דער פילאט און קראכן דעם פליגער אין די בן גוריון לופטפעלד, אבער האט באשלאסן עס צו אפשטופן פאר א צווייטע געלעגנהייט צוליב וואס איינער פון די שטאב מיטגלידער אויף יענעם פליגער איז געווען זיינס א פריינד, און ער האט יענעם נישט געוואלט וויי טון.
• וואל סטריט זשורנאל •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

פרעזידענט טראמפ מיט א מעסעדזש צום דריטן יארטאג פון אקטאבער זיבן.
''מיר וועלן קיינמאל פארגעסן אקטאבער זיבן. מיר וועלן קיינמאל פארגעסן די געליטענע. און מיר וועלן אייביג שטיין קעגן די כוחות פון טעראר און פיינטשאפט''.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק זענען ערווארטעט צו ברענגען פרישע קלאגעס קעגן ניקאלאס מאדורא און זיין פרוי איבער די פיינונגען פאר אמעריקאנער וועלכע זענען ארעסטירט געווארן אין ווענעזועלע.
די קלאגעס נעמען אריין מער ווי 10 אמעריקאנער בירגער וואס וואשינגטאן זאגט אז זיי זענען אומבארעכטיגט ארעסטירט און געפייניגט געווארן אונטער מאדורא'ס פירערשאפט.
• סי-ען-ען •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך אנטזאגט פון לאדענען באאמטע פון די ארגאניזאציע פאר זיכערהייט צו נאכקוקן די מידטורמס, אפצייכנדיג די ערשטע אמעריקאנער וואל פארמעסט אן קיין איבערזיכט פון דעם ארגעניזאציע אין איבער צוואנציג יאר.
די ארגאניזאציע, גערופן אין קורצן OSCE, האט באוואכט יעדע אמעריקאנער פעדעראלע פארמעסט זייט יאר 2002. זייערע אבזערווירער האבן נישט קיין אינפארסירונג אוטאריטעט און טוען בלויז נאכקוקן די וואלן און באריכטן וויאזוי די וואלן זענען צוגעגאנגען.
דער באשלוס שטעלט אמעריקע צוזאמען מיט רוסלאנד און בעלארוס וועלכע טוען אויך נישט אריינלאזן דעם ארגעניזאציע צו אבזערווירן זייערע וואל פארמעסטן.
• עם-עס-נאוו •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

פרעזידענט טראמפ וויל מאכן טייל פון זיין וועסט פאלם ביעטש גאלף קלאב צו אן אפציעלע פרעזידענטליכע רוה ארט, אזױ װי קעמפ דעוויד.
דאס וועט געבן טייל פון די פראפערטי פאר די פעדעראלע רעגירונג, און טראמפ וועט באצאלן די קאנסטרוקציע ארבעט צו אויפבויען דעם פלאץ פאר צוקונפטיגע פרעזידענטן און אויסלענדישע פירער.
פאלם ביעטש קאונטי טוט באטראכטן דעם פלאן, און טראמפ'ס לויערס זאגן אז דאס וועט נישט זיין גרייט בעפאר טראמפ וועט פארלאזן דעם ווייסן הויז.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf


