פרעזידענט טראמפ האט אנגעפרעגט ביי אייראפעאישע פירער איבער זייער מיליטערישע הילף…
ה' ויצא פ"ז: פרעזידענט טראמפ האט אנגעפרעגט ביי אייראפעאישע פירער איבער זייער מיליטערישע הילף פאר אוקראינע דורכאויס אן אומערווארטעטע טעלעפאן געשפרעך פון עיר-פארס וואן, בלויז געציילטע שעה נאכ'ן זיך טרעפן מיט פוטין און שי דזשינפינג אין כינע.
טראמפ האט אויסגעדריקט זיין אומצופרידנהייט איבער דאס שיקן מיליאנען דאלארן ווערד פון וואפנס פאר אוקראינע, און געזאגט אז פוטין איז געווען גאר ערנסט איבער דערגרייכן א שלום אפמאך, טענה'נדיג אז צופיל מענטשן האבן שוין פארלוירן זייערע לעבנס אין דעם קאנפליקט און אז לענדער דארפן אויפהערן פארשווענדן געלט וואס פארלענגערט בלויז די מלחמה.
• פאליטיקא •





