אליס הואנג, די פרוי אין צענטער פון די ענווידיע סקאנדאל, האט שטארקע אומדירעקטע…
מוצאי שבת פרשת ויצא פ"ז: אליס הואנג, די פרוי אין צענטער פון די ענווידיע סקאנדאל, האט שטארקע אומדירעקטע באציאונגען צו כינע'ס פארטיידיגונגס אינדוסטריע און מיליטערישע-פארבינדעטע פירמעס.
א שפיאנאזש אויספארשונג האט געפינען אז ארום 3.6 ביליאן דאלער אין כינעזער רעגירונגס געלטער זענען אריבער געגאנגען פירמעס וועלכע זענען פארבינדן מיט איר פאמיליע און ביזנעס שותפים צו שטיצן פראיעקטן וואס האבן אריינגענומען ענווידיע טשיפס.
די באציאונגען צווישן די אלע פירמעס און די כינעזער רעגירונג, פארבינדט מיליטערישע קאנטראקטערס פארמישט אין מיסל סיסטעמען, מיליטערישע פליגערס און טעכנעלאגיעס.
אמעריקאנער באאמטע טוען דעריבער פארשן אויב באגרעניצטע ענווידיע טשיפס האבן דערגרייכט כינע און זענען גענוצט געווארן פאר מיליטערישע צוועקן.
• ניו יארק טיימס •





