טייוואן האט באריכטעט 2,700 פארדעכטיגטע כינעזער אקאונטס צו מעטא, באשולדיגנדיג די אקאונטס אין פרובירן צו באאיינפלוסן די לאקאלע וואלן.
מוצאי שבת פרשת ויצא פ"ז: טייוואן האט באריכטעט 2,700 פארדעכטיגטע כינעזער אקאונטס צו מעטא, באשולדיגנדיג די אקאונטס אין פרובירן צו באאיינפלוסן די לאקאלע וואלן.
באאמטע זאגן אז די אקאונטס האבן פארשפרייט העצע אין א פרואוו צו אנברענגען א צעטיילונג, און געצילט פאליטיקאנטן פון די דארטיגע דעמאקראטישע פארטיי.
מעטא, פון איר זייט, זאגט אז זי האט אראפגענומען די באריכטעטע אקאונטס, אבער זאגט אז זי האט נישט געזען קיין שום מעסעדזשעס וועלכע זאלן זיין פארבינדן מיט די וואלן אויף די אקאונטס.





