פרעזידענט טראמפ איז אין ריכטונג פון לאזן אין גאנג א גרויסע אטאקע אויף איראן…
ד' ויצא פ"ז: פרעזידענט טראמפ איז אין ריכטונג פון לאזן אין גאנג א גרויסע אטאקע אויף איראן, נאכ'ן באקומען דרוק פון דער מדינת ישראל פריים מיניסטאר נתניהו וועלכער שטיפט פאר א געמיינזאמע לופט אפעראציע צווישן אמעריקע און מדינת ישראל, וואס זאל אנגיין פאר צווישן פיר ביז זיבן טאג.
טראמפ האט נישט געמאכט קיין ענדגילטיגע באשלוס, אבער אינפארמאציע פון מדינת ישראל אז איראן טוט צוריקבויען איר דראון ארסענאלן און מאכט פארשריט מיט אירע כעמישע און ביאלאגישע וואפן פראגראם, אינאיינעם מיט די פארשטערקערטע אמעריקאנער כוחות וואס געפונען זיך אצינד אינעם ראיאן, מאכט אים נויגן אין ריכטונג פון א פרישע מלחמה.
• ניו יארק טיימס •





