דאנערשטאג, 22 אקטאבער 2026
צוריק אהיים

פאליטישע נייעס

פרעזידענט טראמפ איז ביי די מיינונג אז אוקראינע טוט דווקא אטאקירן רוסישע אויל רעפיינעריס צו ארויפברענגען גלאבאלע ענערגיע פרייזן און שאדן מאכן פאר רעפובליקאנער אין די מידטורמס.

באאמטע נאנט צום פרעזידענט זאגן אז ער זעט די אטאקעס אלס א פרואוו צו אונטערהאקן רעפובליקאנער און שעדיגן זיין פרעזידענטשאפט, וואס הייבט זיין אויפברויז אויף זאלענסקי.

• די אטלאנטיק •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסה' לך לך פ"ז

פרעזידענט טראמפ לויבט אויס וויוועק ראמאסוואמי פאר זיין עדווערטייזמענט ווידעא קעגן אקטאן וואס ווייזט וואו איר מאמע רופט צו וויילער נישט צו שטימען פאר איר טאכטער, זאגענדיג: ''איך האף נאר אז די מאמע'ס פון מיינע קעגנער וועלן זיין אזױ שטארק און ארויסקומען און מסביר זיין אז זייער זון אדער טאכטער איז א ליגנער, און אסאך ערגער''.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסד' לך לך פ"ז

13 טעג פארבליבן ביז נאוועמבער 3:

• היינט איז ערשינען א פרישע אנקעטע פון די ניו יארק טיימס וואס גיט פאר דעמאקראטן א 11 פונקטן אויבערהאנט אין קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן. קוקנדיג אויפן סענאט, טוט דעסישאן דעסק עדיזש-קיו געבן א 56% שאנס פאר דעמאקראטן צו איבערנעמען קאנטראל.

דעמאקראטן דארפן איבערדרייען פיר זיצן צו באקומען קאנטראל אינעם סענאט; די פראבלעם איז אז די זיצן זענען רעפובליקאנער סטעיטס. אבער אנקעטעס ווייזן אז ס'איז בכלל נישט קיין פראבלעם; דעמאקראטן שטייען פאראויס אדער גאר נאנט אין אהייא, טעקסעס און אייווא, און זענען גאר נאנט אין קענזעס, מיסיסיפי, און סאוט קאראליינע.

• היינט נאכט איז פארגעקומען א דעבאטע צווישן די צוויי סענאט קאנדידאטן אין מישיגען, דער דעמאקראטישער אבדול על-סאאיד און דער רעפובליקאנער מארק ראדזשערס. ראדזשערס האט באשולדיגט על-סאאיד אין האבן פארבינדונגען מיט מוסלעמענער גרופעס, בשעת על-סאאיד האט אראפגעריסן ראדזשערס איבער די געלטער וואס ער האט פארדינט אין וואשינגטאן און זיין פריינדשאפט מיט פרעזידענט טראמפ.

• פרעזידענט טראמפ איז היינט אנגעקומען קיין סאוט קאראליינע פאר א ראלי מיט דארלין גרעהעם, די שוועסטער פון לינדזי גרעהעם, וואס לויפט פאר סענאט.

• איבער 16 מיליאן מענטשן זענען שוין ארויסגעקומען שטימען, און אין טעקסעס האבן טייל קאונטיס געזען רעקארד ציפערן פון וויילער וואס קומען ארויס שטימען, צייגנדיג אויף א שטארקע ענטוזיאזם אינערהאלב ביידע פארטייען.

אין די היימישע געגנטער ווערט די סיטואציע עטוואס הייס, מיט קאנדידאטן פון ביידע פארטייען וואס זוכן צו באקומען די שטימען פונעם ציבור. אויב זעט איר רעקלאמעס גלייב איך אז איר ווייסט...
א גרויסע פארמעסט וואס מאכט אסאך אויס ביים היימישן ציבור איז די קאנגרעסיאנאלע פארמעסט פון מייק לאולער. היינט איז געמאלדן געווארן אז אילאן מאסק וועט אריינגיסן 500 טויזנט דאלער אין מייק'ס קאמפיין, זייענדיג א פארמעסט וואס קען אנטשיידן וועלכע פארטיי ס'וועט באקומען קאנטראל פון קאנגרעס.

• נעכטן האט זיך אפגעשפילט א היפשע קאנטראווערסיע אין אהאיא ווען דער רעפובליקאנער געווארנער קאנדידאט וויוועק ראמאסוואמי האט ארויסגעשטעלט א קאמפיין ווידעא וואס ווייזט וואו די מאמע פון זיין קעגנער רופט פאר וויילער נישט צו שטימען פאר איר טאכטער צוליב וואס זי איז נישט באגלייבט.

די פראבלעם איז נאר אז אקטאן האט שוין נישט קיין פארבינדונג מיט איר מאמע פון די צוועלף יאר צוליב וואס זי איז אריבער פייניגונגען אינדערהיים.

דער ווידעא האט באקומען גאר אסאך קריטיק צוליב וואס ראמאסוואמי האט זיך באנוצט מיט א ווייטאגליכע פרשה און פריוואטע פאמיליע צעטיילונג צו אראפברענגען זיין קעגנער.

צוערשט איז נישט געווען באקאנט ווער ס'האט ארויסגעשיקט דעם ווידעא, אבער שפעטער האט ראמאסוואמי געזאגט פאר די פרעסע אז זיין קאמפיין שטייט אונטער עס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסד' לך לך פ"ז

קאנגרעס רעפובליקאנער האבן א שמאלע פאנדרעיזינג אויבערהאנט אויף דעמאקראטן שטייענדיג אין די לעצטע צוויי וואכן פאר די מידטורם אלעקשאן, איבערדריידענדיג די פאנדרעיזינג אויבערהאנט פון די לעצטע צוויי פארמעסטן, ווען דעמאקראטן זענען איבערגעשטיגן רעפובליקאנער מיט 84 מילאן דאלאר אין 2024 און 74 מיליאן דאלער אין 2022.

די נאציאנאלער רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע קאמיטע האט אויפגעטריבן 250 מיליאן דאלער פאר דעם אלעקשאן, בשעת די דעמעקראטישער קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע האט אויפגעטריבן 249 מילאן.

קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן האט אויך אויפגעטריבן מער ווי 220 מיליאן דאלער פאר רעפובליקאנער זינט ער איז אריינגעקומען אין אפיס אין אקטאבער 2023.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסד' לך לך פ"ז

סענאט רעפובליקאנער זענען שטארק באזארגט איבער מיסיסיפי, א סטעיט וואס האט נישט אריינגעוועלט א דעמאקראטישער סענאטאר אין 44 יאר.

רעפובליקאנער פארטיי פירער באטראכטן צו אריינגיסן פרישע געלטער און אזוי ארום באשיצן סענעטאר סינדי הייד-סמיט צוליב וואס זיין דעמאקראטישער קעגנער סקאט קאלאם געניסט פון גאר אסאך שטיצע און באווייזט צו פאראורזאכן א שאקירנדע נאנטע פארמעסט.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסד' לך לך פ"ז

א פאולינג פירמע גערופן וועדזשוואוד פאולס איז ארויסגעקומען מעלדן אז רוב פון אירע אנקעטעס זענען געווען ארויסגעזויגן פון פינגער און איז אליינס פראבעצירט געווארן.

די פאולס פון דער פירמע זענען גענוצט געווארן דורך עטליכע גרויסע נייעס אגענטורן ווי די ניו יארק טיימס און נויז-וויק.

די פירמע האט געפלאנט צו ווייטער שפילן מיטן ציבור, אבער א צווייטע פירמע, גערופן פיפטי-פּלאס-וואן האט אויפגעדעקט אז זיי מאכן פאלשע אנקעטעס, וואס האט געפירט אז דער פירמע זאל ארויסקומען אין די עפענטליכקייט און מודה זיין אז זיי פראבעצירן אליינס זייערע אנקעטעס.

די מעלדונג האט שטארק אנטוישט דעמאקראטן צוליב וואס דער פירמע האט כסדר געוויזן גוטע ציפערן פאר דעמאקראטישע קאנדידאטן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסד' לך לך פ"ז

אילאן מאסק שטעלט ארויס א ווארענונג צו דעמאקראטן אז ער וועט קומען נאך זיי, נאכפאלגנדיג א באריכט אז דעמאקראטן גרייטן זיך פאר אן אויספארשונג איבער אים.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסג' לך לך פ"ז

דעמאקראטן גרייטן זיך צו דורכפירן אן אויספארשונג אויף אילאן מאסק אויב זיי געווינען קאנגרעס אין נאוועמבער.

די מעגליכע אויספארשונג וועט זיך פאקוסירן אויף דאדזש פירערשאפט, פעדעראלע דזשאב שניטן, דאטא ליעקס, רעגירונג קאנטראקטן, און סטארלינק'ס ראלע אין אוקראינע.

מאסק האט בייגעשטייערט מער ווי 276 מילאן דאלער פאר רעפובליקאנער, אים שענקענדיג א גרויסע אנטיילנעמונג אין די מידטורמס.

• פאליטיקא •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסב' לך לך פ"ז

וויצע פרעזידענט ווענס זאגט אז ער גלייבט אז אױב וועט ער באשליסן צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2028, וועט אים טראמפ געבן זיין אינדארסירונג.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסב' לך לך פ"ז

רויטערס פאול, קאנגרעסיאנאלע פארמעסט: צווישן רעגיסטרירטע וויילער טוען דעמאקראטן שטיין פאראויס ביי 47% קעגן רעפובליקאנער וואס שטייען ביי 35%, ארויף פון 7% צוויי וואכן צוריק.

עקענאמישע זארג טוט שטארק שעדיגן טראמפ, מיט 68% וואס זענען נישט צופרידן מיט וויאזוי ער באהאנדלט די עקענאמיע און די שטייגנדע גאז פרייזן.

די פאול ווייזט אויך אז טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע איז געפאלן צו 31%.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסא' לך לך פ"ז

גרעניץ צאר טאם האומען זאגט אז ס'איז מעגליך אז די דעמעקראטישע קאנגרעס-פרוי אילאן אומאר וועט ווערן דעפארטירט.

האומען איז געפרעגט געווארן צי ס'איז דא א מעגליכקייט אז זי זאל דעפארטירט ווערן, אויף וואס האומען האט געענטפערט אז דאס איז א לאנגע און שווערע פראצעדור, אבער אויב וועט די פעדעראלע אויספארשונג איבער איר ווייזן אז זי האט פארלעצט אימיגראציע געזעצן, דאן וועט זי דעפארטירט ווערן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסא' לך לך פ"ז

דער רעפובליקאנער לוטענענט גאווערנאר קאנדידאט פאר מאסאטשוסעטס, שאן אליווער, האט געמאלדן אז ער סוספענדירט זיין קאמפיין נאכ'ן ווערן ארעסטירט פאר'ן דרייוון אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל.

די פאליציי זאגט אז ער איז ארעסטירט געווארן נאכ'ן אריינקראכן אין פינף קארס וואס זענען געווען פארקירט אין א פארקינג לאט, פון וואס צוויי קארס האבן געליטן ערנסטע שאדנס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ באשולדיגט עטליכע הויכראנגיגע רעפובליקאנער באאמטע אין די שלעכטע מידטורם אנקעטעס.

טראמפ בייזערט זיך פארוואס 200 מיליאן דאלער וואס זיין סופּער-פּעק האט אויסגעגעבן האט געפעלט צו פארבעסערן אנקעטעס און פארוואס זיין רידיסטריקטינג קאמפיין, ספעציעל אין טעקסעס, האט נישט געברענגט קיין קלארע רעזולטאטן.

טראמפ באשולדיגט בעיקר דער פאליטישער ראטגעבער דזשעימס בלעיר און ווייסע הויז טשיף אוו סטעף פרוי וויילס, בשעת די צװײ באשולדיגן זיך איינער דעם אנדערן.

• רויטערס •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

נאנטע ראטגעבער פון פיט העגסעט טוען אים עצה'ן צו באטראכטן א 2028 פרעזידענטליכע פארמעסט, כאטש וואס ער האט שוין עטליכע מאל אפגעווארפן אזא געדאנק.

זיינע ראטגעבער גלייבן אז זיינע שטעלונגען קענען ווערן אויפגענומען פאזיטיוו ביי מאגא וויילער, ספעציעל אויב ווענס באשליסט נישט צו לויפן.

אבער, פון דער צווייטער זייט טוט העגסעט אויסשטיין א מאנגל אין פאליטישע ערפארונג, ווייניג באציאונגען מיט רעפובליקאנער ביישטייער, און זיין אפזאגן צענדליגער פענטאגאן באאמטע אינאיינעם מיט זיין שטארקע שטיצע פאר די מלחמה מיט איראן איז עפעס וואס וועט אים ווארשיינליך שטערן.

• סי-ען-ען •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסה' נח פ"ז

א פאקס ניוז פאול ווייזט אז רעגירונג קארופציע איז די גרעסטע זארג ביי וויילער, איבערשטייגנדיג אינפלאציע און גאז פרייזן.

וויילער זאגן אויך זיי טראסטן מער דעמאקראטן ווי רעפובליקאנער צו האנדלען מיט רעגירונג קארופציע. זארג איבער רעגירונג קארופציע קומט אויך אריין אסאך שטערקער ביי דעמאקראטן(72%) אראפ צו 47% ביי רעפובליקאנער.

צווישן אנדערע ווייזט דער פאול אז טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע איז געפאלן צו א רעקארד נידריגע שטאפל פון 36%, בשעת דעמאקראטן שטייען פאראויס אין די מידטורמס ביי 54% קעגן רעפובליקאנער וואס שטייען ביי 45% - א ניין פונקט אויבערהאנט.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסה' נח פ"ז

די עף-בי-איי פארשט א סעריע פון ענוואלאפס וואס זענען געשיקט געווארן צו סענעטארן און אלעקשאן אפיסעס איבער'ן לאנד וועלכע אנטהאלטן פארדעכטיגטע סובטאנצן.

די עף-בי-איי זאגט אז די סובטאנצן ווערן אונטערגעזוכט און אז ס'איז דערווייל נישט קלאר ווער ס'האט געשיקט די ענוואלאפס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסה' נח פ"ז

רעפובליקאנער האפן שטארק אז די אנקעטעס איבער די מידטורמס זענען 'ראנג', אין דער צייט וואס אנקעטעס צייגן אז דעמאקראטן שטייען מיט 9 פונקטן פאראויס נאצינאל און אז רעפובליקאנער זענען ערווארטעט צו פארלירן קאנגרעס.

רעפובליקאנער סטראטעגיסטן טענה'ן אז ס'איז נאך דא האפענונג צוליב וואס אנקעטעס האבן שוין עטליכע מאל אונטערגעשאצט טראמפ און רעפובליקאנער וויילער.

זיי האפן אז די 2022 מידטורמס זאל זיך ווידעראמאל איבערשפילן, אבער אויף די רעפובליקאנער וועג, ווען דעמאקראטן האבן איבערגעשטיגן יעדע פאראויסשאצונג טראץ וואס די פאולס האבן פארגעזאגט דעמעקראטישע פארלוסטן.

איין רעפובליקאנער סטראטעגיסט האט געווארנט אז אויב זענען אנקעטעס ריכטיג, קען 2026 ווערן איינס פון די ערגסטע וואל פארמעסטן אין רעפובליקאנער היסטאריע.

• פאליטיקא •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסה' נח פ"ז

די טראמפ אדמיניסטראציע פירט אן מיט אן אויספארשונג אויף דעמעקראטישע קאנגרעס-פרוי אילאן אומאר מיט'ן ציל צו שפעטער אנולירן איר בירגערשאפט און דעפארטירן.

דאס קומט נאך וואס פעדעראלע אגענטן זענען מאנטאג איבערגעפאלן איר הויז אין וואשינגטאן, קאנפיסקירנדיג עלעקטראנישע דעווייסעס, איר פאספארט און דאקומענטן.

• וואל סטריט זשורנאל •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסד' נח פ"ז

צוואנציג טעג צו די מידטורמס:

נעכטן איז פארגעקומען די איינציגסטע דעבאטע צווישן די צוויי ניו יארקער גאווערנאר קאנדידאטן, דער רעפובליקאנער ברוס בלעקמאן און יעצטיגע גאווערנאר האוקעל.

בלעקמאן האט אטאקירט האוקעל איבער איר פריינדשאפט און שטיצע פאר מאמדאני, די הויכע לעבנס קאסטן אין ניו יארק, און די מאסיווע שטייער-צאלער געלטער וואס זי גיבט פאר אימיגראנטן.

האוקעל איז מער ווייניגער געווען פאקוסירט צו אטאקירן טראמפ.

די אסאשיעדעט פרעס ווייסט צו פארציילן אז רעפובליקאנער שטעלן אפ דעם געלט פלוס פאר קאמפיינס אין 4 קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן וואו עס לוינט זיך נישט צו צאלן מער.

די פיר זענען: ניו דזשורסי'ס 7'טער דיסטריקט, אייווא'ס 1'טער דיסטריקט, מישיגן'ס 8'טער דיסטריקט און אהייא'ס 1'טער דיסטריקט. רעפובליקאנער זעען דארט נישט קיין גרויסע שאנסן און וועלן אנשטאט אנהייבן אריינצולייגן כוחות אין פארמעסטן וואו זיי האבן יא אן אויסזיכט צו זיגן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
עלטערע ←
קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס