דאנערשטאג, 22 אקטאבער 2026
צוריק אהיים

פאליטישע נייעס

וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסג' נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ ביי א ראלי אין אלאסקע:

''ווארט ביז ענק וועלן זען וואס מיר וועלן מאכן מיט איראן, ווייל מיר האבן שוין גענוג געהאט מיט זיי. איר ווייסט, מיר האבן שוין גענוג געהאט''.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסג' נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ פארלאנגט ענטפערס איבער קאנגרעס-פרוי אילאן אומאר'ס ווערד וועלכע איז מיט א צייט צוריק געשטאנען ביי כמעט 30 מיליאן דאלער אבער איז פלוצלינג געפאלן צו 100,000.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסג' נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין אלאסקע צו קאמפיינען פאר דער רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט, סענעטאר דען סאליוואן.

אלאסקע איז אין אלגעמיין א רעפובליקאנער שטאט, אבער די דעמאקראטישער סענאט קאנדידאט שטייט מיט 2.5 פונקטן פאראויס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסג' נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וועט זיין ביי די הוטיס נאך די מידטורמס, נאכפאלגנדיג זייערע אטאקעס קעגן סאודיע אראביע.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסב' נח פ"ז

שטייענדיג בלויז 22 טעג אוועק פון נאוועמבער 3, א טאג וואס אמעריקאנער וויילער וועלן באשליסן וועלכע פארטיי זאל פירן זייער רעגירונג, טוט א פאליטישע אטמאספערע ארומנעמען דאס לאנד, און ראליס טוען זיך פארמירן לעגאויס די פאראייניגטע שטאטן.

פאר טייל איז די מידטורמס בלויז לאקאל; מ'מאכט זיכער צו שטימען און מ'האפט אז דער לאקאלער קאנגערסמאן וועלכער טוט א גוטע ארבעט זאל ווידער ערוועלט ווערן. פאר אנדערע איז עס אסאך מער ווי לאקאל; ס'איז עפעס וואס נעמט ארום זיין פארטיי און א געווינס וועט אים מאכן פרייליך בשעת א פארלוסט וועט באדייטן א פרעזענליכע קלאפ.

יעדער האט זיך זיין פארטיי פאר וועם ער האפט דאס בעסטע און וואונטשט זיי א געווינס.

אין לויף פון די קומענדיגע טעג וועט אמעריקע אריינגיין אין א היציגע פאזע פון פאליטיק. קאנדידאטן וועלן הייבן זייערע טענער, קאנספיראציעס קעגן קאנדידאטן וועלן זיך מערן, און קאמפיינס וועלן גיין גרויס.

דא אין ''בקיצור'' וועלן מיר באגלייטן די אנטוויקלונגען אויף דעם פאליטישן פראנט און ברענגען פאר אייך די לעצטע אנקעטעס פון אלע פארמעסטן. פאליטיק קען זיין גאר שמוציג און ספעציעל ווען עס קומט צו א נאצינאלע וואל סעזאן וואס דאן הייבט זיך דאס פלאם, דעריבער וועלן מיר בלויז באריכטן פאליטיק וואס שטייט מיט די אידישע ווירדן.

ס'איז וויכטיג קלארצושטעלן אז ''בקיצור'' רעפרעזענטירט נישט קיין שום פארטיי און מיר וועלן אין קיין שום פאל נישט ארויסווייזן שטיצע פאר קיין קאנדידאט ווען ס'איז געוואנדן אויף זיין פארטיי. ס'איז עפעס וואס שטייט מיט אונז און איז א הויפט פרינציפ.

אנקעטעס וואס מיר ברענגען זענען נישט געוואנדן לויט די ציפערן וואס שמייכלען צו א ספעציפישע פארטיי. מיר ברענגען רויע אנקעטעס און נייעס לויט ווי עס האט פאסירט און ווי עס ווערט באריכטעט.

אינאיינעם וועלן מיר נאכפאלגן די אנטוויקלונגען און צוזאמען וועלן מיר מיטהאלטן נאוועמבער 3 און זען וועלכע פארטיי ס'וועט באקומען קאנטראל פון די אמעריקאנער רעגירונג.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסב' נח פ"ז

אילאן מאסק האט בייגעשטייערט איבער 276 מיליאן דאלער פאר רעפובליקאנער גרופעס אים מאכנדיג פאר דער גרעסטער ביישטייערער אין די 2026 מידטורם פארמעסטן.

זיינע ביישטייערונגען נעמען אריין 158 מיליאן פאר די הויפט רעפובליקאנער סופּער-פּעק און מער ווי 76 מיליאן פאר אמעריקע-פּעק, וואס פירט אן מיט קאמפיינס אין זיבן סענאט פארמעסטן און 36 קאנגרעס פארמעסטן.

טראץ וואס ער האט אויסגעגעבן אזויפיל געלט, האט מאסק גענומען א שטילערע פאליטישע ראלע נאכ'ן זיך צוקריגן מיט טראמפ. זיין סופּער-פּעק פלאנט אויך צו זיין אקטיוו אין די 2028 פרעזידענטליכע פארמעסט.

• ניו יארק טיימס •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסא' נח פ"ז

דער 93-יאריגער רעפובליקאנער סענאטאר, טשאק גראסלי פון לאווא, האט אריינגעגעבן זיינע פאפירן צו לויפן פאר נאך א טערמין אין 2028, און וועט זיין 101 יאר ביי דער ענדע פון זיין טערמין.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער

רעפובליקאנער געווארנער קאנדידאט פאר ניו יארק, ברוס בלעקמאן, האט אפגעשטאט א באזוך היינט ביי הנגיד ר' יואל לאנדא.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסמוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז

פרעזידענט טראמפ האט אויפגענומען א נייע פרעסע סעקרעטארין, פרוי קעטי זאכאריא, נאכפאלגנדיג די רעזיגנירונג פון די געוועזענע פרעסע סעקרעטארין פרוי לעוויט.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסמוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז

דער מאן פון קאמאלע העריס האט פריוואט געזאגט פאר זיינע ארומיגע אז ער וואלט נישט געוואלט אז זיין פרוי זאל לויפן נאכאמאל פאר פרעזידענט.

העריס האט אין אלגעמיין נאכנישט געמאכט א באשלוס צו לויפן פאר פרעזידענט אבער האט אנגעהויבן ארבעטן אויף די צוגרייטונגען דורכ'ן זיך טרעפן מיט ביישטייער, אויפנעמען פאליטישע סטעף און קאמפיינען פאר דעמאקראטן פאר די נאוועמבער מידטורמס, צו שטיין גרייט פאר אין פאל וואס זי באשליסט צו לויפן.

פולע דעמאקראטן, אריינגערעכנט נאנטע צו העריס, זענען ביי דער מיינונג אז די פארטיי דארף א פרישע קאנדידאט נאך איר פארלוסט צו טראמפ אין 2024.

• וואל סטריט זשורנאל •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסד' בראשית פ"ז

פרעזידענט טראמפ וויל מאכן טייל פון זיין וועסט פאלם ביעטש גאלף קלאב צו אן אפציעלע פרעזידענטליכע רוה ארט, אזױ װי קעמפ דעוויד.
דאס וועט געבן טייל פון די פראפערטי פאר די פעדעראלע רעגירונג, און טראמפ וועט באצאלן די קאנסטרוקציע ארבעט צו אויפבויען דעם פלאץ פאר צוקונפטיגע פרעזידענטן און אויסלענדישע פירער.

פאלם ביעטש קאונטי טוט באטראכטן דעם פלאן, און טראמפ'ס לויערס זאגן אז דאס וועט נישט זיין גרייט בעפאר טראמפ וועט פארלאזן דעם ווייסן הויז.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסד' בראשית פ"ז

פארטיידיגונג און טעכנעלאגיע פירמעס וועלכע ווערן געשטיצט דורך טראמפ דזשוניער און עריק טראמפ האבן באקומען אדער זענען געווארן צוגעזאגט 6 ביליאן דאלאר אין אמעריקאנער קאנטראקטן זינט די צוויי ברידער האבן אינוועסטירט אין זיי.

• עי-בי-סי ניוז •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסד' בראשית פ"ז

קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן זאגט אז אויב דעמאקראטן געווינען קאנגרעס, וועלן זיי אין די ערשטע טאג אנהייבן אן אימפיטשמענט פראצעדור קעגן פרעזידענט טראמפ.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
→ נייערע
קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס