פרייטאג, 23 אקטאבער 2026
צוריק אהיים

אלע נייעס

וועלטליכע נייעסד' בראשית פ"ז

כיזבאללא האט באקומען 200 מיליאן דאלער פון איראן צו העלפן לעבאנעזער וואס האבן געליטן שאדנס אין די מלחמה מיט מדינת ישראל.
די גרופע פלאנט צו צאלן 3,000 דאלער פּער פאמיליע פאר ארום 50,000 פאמיליעס פון פארניכטעטע געגענטער און ווילעדזשעס.

• רויטערס •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסד' בראשית פ"ז

פארטיידיגונג און טעכנעלאגיע פירמעס וועלכע ווערן געשטיצט דורך טראמפ דזשוניער און עריק טראמפ האבן באקומען אדער זענען געווארן צוגעזאגט 6 ביליאן דאלאר אין אמעריקאנער קאנטראקטן זינט די צוויי ברידער האבן אינוועסטירט אין זיי.

• עי-בי-סי ניוז •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסד' בראשית פ"ז

דער וועלט'ס געזונטהייט ארגאניזאציע זאגט אז זי קען נישט אינגאנצן אפשאצן די ריזיקעס פון די ווירוס ליעק אין רוסלאנד אן צו באקומען מער אינפארמאציע, און האט גערופן צו רוסלאנד אז זי זאל ארויסגעבן אלע אינפארמאציע איבער דעם ליעק.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסד' בראשית פ"ז

קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן זאגט אז אויב דעמאקראטן געווינען קאנגרעס, וועלן זיי אין די ערשטע טאג אנהייבן אן אימפיטשמענט פראצעדור קעגן פרעזידענט טראמפ.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסד' בראשית פ"ז

א געוועזענער סי-איי-עי אפיציר האט זיך דערקלערט שולדיג אין גנב'נען נאנט צו 200 מילאן דאלאר פון די רעגירונג דורכ'ן פראבעצירן פאלשע קלאסיפיצירטע פראגראמען.

עף-בי-איי אגענטן האבן געפינען 298 גאלד שטיקער ווערד איבער 46 מיליאן דאלער, 2 מיליאן דאלער אין קעש, און 35 לוקסריעזע זייגערס ביי זיין הויז אין ווירדזשיניע.

ער האט אויך גענוצט 145 מילאן דאלער צו קויפן הערליכע פראפערטיס אין פלארידע.

ביים שפיץ פון די שווינדלערייען, האט ער זיך מודה געווען צו האבן ארויסגעגעבן טאפ-סיקרעט אינפארמאציע פאר אן אויסלענדישער אגענט.

ער שטייט אויס ביז 20 יאר טורמע און דארף צוריקגעבן די 200 מילאן דאלאר.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסד' בראשית פ"ז

צום 74'סטן געבורטסטאג פון דער רוסישער פרעזידענט פוטין, האט דער צפון קארעא דיקטאטור קים דזשאנג אן, אפגעשיקט א בריוו צו פוטין אין וועלכן ער רופט אים אן זיין ''בעסטער פריינט'' און שרייבט אז ער וויל עפענען א נייע קאפיטל אין באציונגען צווישן צפון קארעא און רוסלאנד.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסאידישע נייעסד' בראשית פ"ז

היינט ווערט אפגעצייכנט גאנצע דריי יאר פון ווען 1,200 אידן זענען קאלטבלוטיג דערמארדעט געווארן דורך כאמאס טעראריסטן, שמיני עצרת, תשפ''ד.
די שוידערליכע כאמאס אטאקע אויף מדינת ישראל, באגלייט מיט אירע גראפישע פייניגונגען קעגן אידן, אריינגערעכנט נוצן די ארגסטע פייניגונג מעטאדן קעגן קליינע קינדער און פרויען, וועט עווענטועל פירן צו א מאסיווע מיליטערישע רעאקציע פון מדינת ישראל אין וועלכן די גרעסטע כאמאס פירער וועלן ווערן אפגעווישט אין צוזאמענהאנג מיט זייערע קעמפער.

עזה וועט פארוואנדלט ווערן אין א הויפן ברוכווארג און אירע איינוואוינער וועלן ליידן צוליב די שריט פון זייערע טעראריסטישע שכנים.

טראץ וואס מ'שטייט שוין דריי יאר זינט יענעם שרעקליכן טאג, טוט אקטאבער זיבן ווייטער בלייבן איינגעקריצט מיט בלוטיגע טינט און טוט פון פריש ערוועקן די עמאציאנאלע געפילן פאר די וואס זענען אריבער די אכזריות'דיגע כאמאס פייניגונגען.

זאלן די נשמות פון אלע אידן וועלכע האבן אין יענע טעג פארלוירן זייערע לעבנס האבן אן עליה.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

אימיגראנט פאראורטיילט צו טויט שטראף פאר'ן טרייבן שפאס פון ''נביא מוכאמאד''

א 24-יאריגער אימיגראנט וועלכער האט געארבעט אין סאודיע אראביע איז פאראורטיילט געווארן צום טויט נאכ'ן קאמענטירן אויף סאציאלע מידיא מיט שפאס פון ''נביא מוכאמאד''.

ער איז ארגינעל פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר טורמע און א קנס פון 3 מיליאן ריאל, אבער פראסעקיוטער האבן געבעטן אז דער קעיס זאל באהאנדלט ווערן אונטער די שאריא געזעץ, וואס האט נאכגעפאלגט מיט א טויט שטראף אורטייל פון אן אפעלאט געריכט.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

אמעריקע ברייטערט אויס דראון טעכנעלאגיע ביים גרעניץ מיט מעקסיקא

די אמעריקאנער מיליטער טוט טעסטן קאנטער-דראון טעכנעלאגיע ביי די מעקסיקא גרעניץ, צוליב וואס די קארטעלן האבן שטארק געהעכערט דאס באנוץ פון דראונס.

די מיליטער האט אויפגעכאפט 378 דראון דילעס אין 30 טעג, מערסטנס טייל קאמערציאלע דראונס וואס ווערן גענוצט אין שמוגלען אפעראציעס.

• רויטערס •

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

געוועזענער דייטשער שפיאנאזש באאמטער איז ארעסטירט געווארן אויף שפיאנאזש קלאגעס

דער געוועזענער דייטשער שפיאנאזש טשיף אוגוסט הענינג, איז ארעסטירט געווארן אויף שפיאנאזש קלאגעס.

אויספארשער גלייבן אז דאס קען שטארק מעגליך זיין דייטשלאנד'ס מערסט-ערנסטע שפיאנאזש ליעק זינט די קאלטע קריג.

פראסעקיוטער באשולדיגן אים אין אומלעגאל איבערנעמען 2,000 קלאסיפיצירטע דאקומענטן פון זיין געוועזענער טשיף אוו סטעף אין לויף פון 16 יאר, אין אן אפמאך וואס די צוויי האבן געשלאסן אין 2010 אונטער וועלכן דער טשיף אוו סטעף וועט געבן פאר הענינג שפיאנאזש אינפארמאציע וואס הענינג קען ניצן פאר זיינע פריוואטע ביזנעסער אין אויסטויש פאר געלט.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

קראך צווישן צוויי פליגערס אין לאס אנדזשעלעס לופטפעלד

א דעלטא עירבאס A350 און א קאנאדע-עיר באואינג 777 האבן זיך צוזאמגעקראכט אויפן ראנוועי ביים לאס אנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע לופטפעלד, פאראורזאכנדיג שאדנס צו א פליגל פון די עירבאס פליגער.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

אמעריקע ווארנט אירע בירגער אין רוסלאנד איבער שעדליכע ווירוס ליעק

די אמעריקאנער אמבאסאדע אין מאסקווע האט ארויסגעגעבן א געזונט אלערט נאך באריכטן איבער א ווירוס ליעק ביי א לעבעטאריע אין רוסלאנד'ס אירקוטסק ראיאן.

די אמבעסאדע זאגט אז זי טוט נאנט נאכפאלגן די אנטוויקלונגען און געווארנט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט ווייניג מעגליכקייטן צו העלפן אמעריקאנער אין רוסלאנד, ספעציעל אינדערויסן פון מאסקווע.

די אמבעסאדע האט אויך איבערגע'חזר'ט איר שטאפל 4 ווארענונג נישט צו רייזן קיין רוסלאנד און גערופן צו אמעריקאנער וואס געפינען זיך אין רוסלאנד צו זאפארט פארלאזן דאס לאנד.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

מאקא אליאנץ גייט אריין אין אפעקט מיט מיליטערישע שטיצע פאר סאודיע אראביע

סאודיע אראביע, פאקיסטאן און טערקיי האבן איינגעשטימט צו זאפארט אריינשטעלן אין קראפט די פארטיידיגונג אונטערנעמונגען אונטער זייער מאקא אליאנץ, און מסכים געווען צו שיקן מיליטערישע קרעפטן קיין סאודיע אראביע נאך הוטי אטאקעס קעגן די קעניגרייך.

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסג' בראשית פ"ז

חרדישער בחור ווערט געראטעוועט פון טורמע נאכ'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער

הונדערטער חרידישע אידן האבן זיך נעכטן איינגעבראכן אין א פאליציי סטאנציע אין מדינת ישראל און באפרייט א בחור וועלכער איז ארעסטירט געווארן פאר'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

איראנער אויסערן מיניסטאר וועט מעגליך אויסשטיין אן אימפיטשמענט

די איראנער-פארבינדעטע טאסנים נייעס אגענטור באריכטעט אז א פארלאנג צו אימפיטשן דער אויסערן מיניסטאר אבאס אראכאטשי איז רעגיסטרירט געווארן אין די איראנער פארלאמענט.

עפענען / שיקן ווייטער
→ נייערעעלטערע ←
קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס