זונטאג, 22 נאוועמבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסג' ויצא פ"ז

דער פינלאנדישער פרעזידענט אלעקסאנדער סטאוב האט געבעטן אייראפעאישע פירער צו רעדן…

דינסטאג, 17 נאוועמבער 2026 · 21:18

ג' ויצא פ"ז: דער פינלאנדישער פרעזידענט אלעקסאנדער סטאוב האט געבעטן אייראפעאישע פירער צו רעדן מיט פוטין דירעקט, זאגנדיג אז דאס וואס אייראפע פארלאזט זיך אויף אמעריקאנער-געפירטע פארהאנדלונגען איז ''אומפאראנטווארטליך''.

ער האט געווארנט אז וואשינגטאן שיינט צו גיין אין ריכטונג פון א יאלטא-סטיל (די פלאץ וואו די פירער פון אמעריקע, רוסלאנד און ענגלאנד האבן זיך געטראפן אין 1945 און צוטיילט חלקים פון אייראפע און דייטשלאנד אונטער די הערשאפט פון עטליכע גרויסע לענדער) אפמאך און צוטיילן אייראפע אונטער חלקים פון איינפלוס.

סטאוב זאגט אז רוסלאנד האט נישט געוואונען די מלחמה אין אוקראינע און וועט עס נישט געוואונען, אבער האט קלאר געשטעלט אז סיי וועלכע שלום אפמאך וועט דארפן באקומען די באשטעטיגונג פון פוטין.

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס