דער פענטאגאן'ס הויפט סטראטעגיסט, עלברידזש קאלבי, האט ארויסשפאצירט פון א נאטא…
ה' ויצא פ"ז: דער פענטאגאן'ס הויפט סטראטעגיסט, עלברידזש קאלבי, האט ארויסשפאצירט פון א נאטא זיצונג אין בריסל נאכ'ן קריטיקירן אוקראינע'ס אטאקעס אויף רויסישע טעריטאריע, זאגנדיג אז זיי האבן נישט געהאט קיין גרויסע ווערד און האבן נישט געשטערט רוסלאנד פון מאכן פארשריט אויפן פראנט.
זיין קריטיק, אויפברויז, און זיין ארויסשפאצירן פונעם זיצונג, האט איבערגעלאזט אייראפעאישע באאמטע באזארגט, און דייטשע באאמטע זאגן אז ס'זעט אויס ווי אמעריקע האט אנגעהויבן גיין צו רוסלאנד'ס זייט, אנדערש ווי שטיין מיט אוקראינע און אירע אליאירטע.
• די טעלעגראף •





