די רוסישע אמבעסאדע אין האלאנד האט אנגעפרעגט ביי די ארטיגע רעגירונג צי זיי האבן…
ד' ויצא פ"ז: די רוסישע אמבעסאדע אין האלאנד האט אנגעפרעגט ביי די ארטיגע רעגירונג צי זיי האבן זיך אפיציעל אנגעשלאסן אין די זייט פון אוקראינע אין איר מלחמה מיט רוסלאנד, נאך וואס די האלאנדישע-באזירטע 'דעסטינוס' פירמע האט געזאגט אז אירע מיסילס זענען גענוצט געווארן אין די אטאקע אויף די קערטש בריק, וואס האט געברענגט אז א גרויסע טייל פונעם בריק זאל צוזאמפאלן.





