פרייטאג, 23 אקטאבער 2026
צוריק אהיים

וועלטליכע נייעס

וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

אימיגראנט פאראורטיילט צו טויט שטראף פאר'ן טרייבן שפאס פון ''נביא מוכאמאד''

א 24-יאריגער אימיגראנט וועלכער האט געארבעט אין סאודיע אראביע איז פאראורטיילט געווארן צום טויט נאכ'ן קאמענטירן אויף סאציאלע מידיא מיט שפאס פון ''נביא מוכאמאד''.

ער איז ארגינעל פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר טורמע און א קנס פון 3 מיליאן ריאל, אבער פראסעקיוטער האבן געבעטן אז דער קעיס זאל באהאנדלט ווערן אונטער די שאריא געזעץ, וואס האט נאכגעפאלגט מיט א טויט שטראף אורטייל פון אן אפעלאט געריכט.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

אמעריקע ברייטערט אויס דראון טעכנעלאגיע ביים גרעניץ מיט מעקסיקא

די אמעריקאנער מיליטער טוט טעסטן קאנטער-דראון טעכנעלאגיע ביי די מעקסיקא גרעניץ, צוליב וואס די קארטעלן האבן שטארק געהעכערט דאס באנוץ פון דראונס.

די מיליטער האט אויפגעכאפט 378 דראון דילעס אין 30 טעג, מערסטנס טייל קאמערציאלע דראונס וואס ווערן גענוצט אין שמוגלען אפעראציעס.

• רויטערס •

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

געוועזענער דייטשער שפיאנאזש באאמטער איז ארעסטירט געווארן אויף שפיאנאזש קלאגעס

דער געוועזענער דייטשער שפיאנאזש טשיף אוגוסט הענינג, איז ארעסטירט געווארן אויף שפיאנאזש קלאגעס.

אויספארשער גלייבן אז דאס קען שטארק מעגליך זיין דייטשלאנד'ס מערסט-ערנסטע שפיאנאזש ליעק זינט די קאלטע קריג.

פראסעקיוטער באשולדיגן אים אין אומלעגאל איבערנעמען 2,000 קלאסיפיצירטע דאקומענטן פון זיין געוועזענער טשיף אוו סטעף אין לויף פון 16 יאר, אין אן אפמאך וואס די צוויי האבן געשלאסן אין 2010 אונטער וועלכן דער טשיף אוו סטעף וועט געבן פאר הענינג שפיאנאזש אינפארמאציע וואס הענינג קען ניצן פאר זיינע פריוואטע ביזנעסער אין אויסטויש פאר געלט.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

קראך צווישן צוויי פליגערס אין לאס אנדזשעלעס לופטפעלד

א דעלטא עירבאס A350 און א קאנאדע-עיר באואינג 777 האבן זיך צוזאמגעקראכט אויפן ראנוועי ביים לאס אנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע לופטפעלד, פאראורזאכנדיג שאדנס צו א פליגל פון די עירבאס פליגער.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

אמעריקע ווארנט אירע בירגער אין רוסלאנד איבער שעדליכע ווירוס ליעק

די אמעריקאנער אמבאסאדע אין מאסקווע האט ארויסגעגעבן א געזונט אלערט נאך באריכטן איבער א ווירוס ליעק ביי א לעבעטאריע אין רוסלאנד'ס אירקוטסק ראיאן.

די אמבעסאדע זאגט אז זי טוט נאנט נאכפאלגן די אנטוויקלונגען און געווארנט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט ווייניג מעגליכקייטן צו העלפן אמעריקאנער אין רוסלאנד, ספעציעל אינדערויסן פון מאסקווע.

די אמבעסאדע האט אויך איבערגע'חזר'ט איר שטאפל 4 ווארענונג נישט צו רייזן קיין רוסלאנד און גערופן צו אמעריקאנער וואס געפינען זיך אין רוסלאנד צו זאפארט פארלאזן דאס לאנד.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

מאקא אליאנץ גייט אריין אין אפעקט מיט מיליטערישע שטיצע פאר סאודיע אראביע

סאודיע אראביע, פאקיסטאן און טערקיי האבן איינגעשטימט צו זאפארט אריינשטעלן אין קראפט די פארטיידיגונג אונטערנעמונגען אונטער זייער מאקא אליאנץ, און מסכים געווען צו שיקן מיליטערישע קרעפטן קיין סאודיע אראביע נאך הוטי אטאקעס קעגן די קעניגרייך.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

איראנער אויסערן מיניסטאר וועט מעגליך אויסשטיין אן אימפיטשמענט

די איראנער-פארבינדעטע טאסנים נייעס אגענטור באריכטעט אז א פארלאנג צו אימפיטשן דער אויסערן מיניסטאר אבאס אראכאטשי איז רעגיסטרירט געווארן אין די איראנער פארלאמענט.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

אמעריקאנער טוריסט ארעסטירט אין מדינת ישראל

אן אמעריקאנער טוריסט איז ארעסטירט געווארן אין תל אביב נאכ'ן כאפן בילדער פון די קריה מיליטערישע באזע און זיך דערנאך געוואנדן צו די וועכטער און גערעדט מיט זיי איבער אן אטאקע.

די פאליציי זאגט אז זיי האבן דעם פארשוין אפגעפירט צו א פסיכאלאגישע שפיטאל פאר אונטערזיכונגען.

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' בראשית פ"ז

סירישער פרעזידענט באזוכט אין סאודיע אראביע

דער סירישער פרעזידענט אכמאד אל-שארא איז אנגעקומען קיין סאודיע אראביע וואו ער האט זיך געטראפן מיט קרוין פרינץ מוכאמאד בן סאלמאן אין ריאד.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
→ נייערע
קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס