זונטאג, 22 נאוועמבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסג' ויצא פ"ז

פרעזידענט טראמפ האט פרובירט צו שיקן עטליכע בריוון צו דער צפון קארעא פירער קים…

דינסטאג, 17 נאוועמבער 2026 · 14:24

ג' ויצא פ"ז: פרעזידענט טראמפ האט פרובירט צו שיקן עטליכע בריוון צו דער צפון קארעא פירער קים דזשאנג אן דורך אמעריקאנער דיפלאמאטן אין די יו-ען, אין א פרואוו צו צוריק אויפלעבן געשפרעכן, אבער צפון קארעא באאמטע האבן זיך אנטזאגט צו אקצעפטירן די בריוון.

די פראבעס צו אויפלעבן געשפרעכן זענען געמאכט געווארן אין אנהייב פון טראמפ'ס צווייטע טערמין אין 2025, און אצינד זאגט טראמפ אז ער וועט זיך מעגליך טרעפן מיט קים דזשאנג אן דורכאויס זיין באזוך צו כינע, דארנישטאג.

• עם-עס-נאוו •

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס