דער געוועזענער פרעזידענט ביידען טוט אין זיין נייע בוך ''זאגט מיר צו, אמעריקע''…
ב' ויצא פ"ז: דער געוועזענער פרעזידענט ביידען טוט אין זיין נייע בוך ''זאגט מיר צו, אמעריקע'', שרייבן אז דער רוסישער פרעזידענט פוטין האט ''ליב געהאט צו זיצן אן קיין מוט ביי א זיצונג, נישט זיין ערנסט, ווי א צענערלינג''.
ביידען קריטיקירט אויך זאלענסקי פאר'ן טיילמאל זיין ''בייז און הארטנעקיג'' דורכאויס פריוואטע זיצונגען און זיין ווייניגער דאנקבאר ווי ערווארטעט, כאטש וואס ער לויבט אויס זאלענסקי'ס אויפפירונג בעפאר'ן ווערן פרעזידענט, אלס א ווערדפולע צוגרייטונג פאר א מלחמה-צייט פירערשאפט.
ביידען דעקט אויך אויף אז באאמטע פון טראמפ'ס שטאב האבן פארלאנגט אויטאריזאציע צו פארהאנדלען מיט פוטין בעפאר טראמפ האט זיך צוריקגעקערט אין אפיס, אבער ער האט עס אפגעזאגט, מורא'האבנדיג אז די געשפרעכן וועלן זיין ''ווי א סארט קאפיטולאציע, אויף אוקראינע'ס חשבון.''





