היינט ווערט אפגעצייכנט גאנצע דריי יאר פון ווען 1,200 אידן זענען קאלטבלוטיג דערמארדעט געווארן דורך כאמאס טעראריסטן, שמיני עצרת, תשפ''ד.
די שוידערליכע כאמאס אטאקע אויף מדינת ישראל, באגלייט מיט אירע גראפישע פייניגונגען קעגן אידן, אריינגערעכנט נוצן די ארגסטע פייניגונג מעטאדן קעגן קליינע קינדער און פרויען, וועט עווענטועל פירן צו א מאסיווע מיליטערישע רעאקציע פון מדינת ישראל אין וועלכן די גרעסטע כאמאס פירער וועלן ווערן אפגעווישט אין צוזאמענהאנג מיט זייערע קעמפער.
עזה וועט פארוואנדלט ווערן אין א הויפן ברוכווארג און אירע איינוואוינער וועלן ליידן צוליב די שריט פון זייערע טעראריסטישע שכנים.
טראץ וואס מ'שטייט שוין דריי יאר זינט יענעם שרעקליכן טאג, טוט אקטאבער זיבן ווייטער בלייבן איינגעקריצט מיט בלוטיגע טינט און טוט פון פריש ערוועקן די עמאציאנאלע געפילן פאר די וואס זענען אריבער די אכזריות'דיגע כאמאס פייניגונגען.
זאלן די נשמות פון אלע אידן וועלכע האבן אין יענע טעג פארלוירן זייערע לעבנס האבן אן עליה.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf