אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע גלייבן אז איראן מאכט פלענער צו צילן הויכראנגיגע…
ג' ויצא פ"ז: אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע גלייבן אז איראן מאכט פלענער צו צילן הויכראנגיגע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע מיט א ראדיאאקטיווע שמוציגע באמבע אין וואשינגטאן.
די שפיאנאזש אינפארמאציע אידענטיפיצירט ספעציפישע צילן און לאקאציעס וואו איראן פלאנירט צו דורכפירן זייערע פלענער און אמעריקע האט אויך באקומען אינפארמאציע אז אויפרייס מאטעריאל פון איראן קען זיך שוין פאקטיש געפינען אין אמעריקע.
חוץ פון דעם, טוען אמעריקאנער באאמטע באהאנדלן אינפארמאציע אז איראן קען נוצן כעמישע וואפן קעגן אמעריקאנער טרופן אין די מיטל מזרח, הייבנדיג זארג אז אמעריקע פארמאגט נישט דארט גענוג עקוויפמענט צו באשיצן די זעלנער.
• סי-ען-ען •





