דער געוועזענער נעווידיע סי-אי-או דזשענסין הואנג זאגט אז ער איז גרייט זיך…
ג' ויצא פ"ז: דער געוועזענער נעווידיע סי-אי-או דזשענסין הואנג זאגט אז ער איז גרייט זיך צוריקצוקערן אלס סי-אי-או פון די פירמע אויב נעווידיע'ס באורד וועט אים בעטן אזױ צו טון, אפצייכנדיג דערמיט זיין ערשטע פובליק קאמענטארן זייט ער האט פארלאזט די פירמע.
הואנג זאגט אז ער האט באקומען הונדערטער טעלעפאן קאלס פון נעווידיע ארבעטערס, אינוועסטירער, ביזנעס שותפים און קאסטומערס וועלכע האבן אים געבעטן צוריקצוקומען, צולייגענדיג אז ס'וועט אים זיין א כבוד צו פארזעצן דעם ראלע אויב די באורד זעט דאס פאר די בעסטע אינטערעסן פון די פירמע.





