זונטאג, 22 נאוועמבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסג' תולדות פ"ז

אמעריקע און כינע האבן מיינונגס פארשידענהייטן איבער א געפלאנטע סאמיט צווישן טראמפ, פוטין און שי דזשינפינג.

דינסטאג, 10 נאוועמבער 2026 · 12:38

ג' תולדות פ"ז: אמעריקע און כינע האבן מיינונגס פארשידענהייטן איבער א געפלאנטע סאמיט צווישן טראמפ, פוטין און שי דזשינפינג.

בעידזשינג וויל א זיצונג וועמענ'ס אינהאלט זאל שוין זיין געפלאנט פון פארדעם, מיט פאראויס צוגעגרייטע סטעיטמענטס און רעזולטאטן, בשעת וואשינגטאן וויל זען אפענע דיסקוסיעס, ספעציפיש איבער נוקלעארע וואפן קאנטראל.

כינע, פון איר זייט, וויל נישט קיין דריי-זייטיגע נוקלעארער געשפרעכן, צוליב מורא אז דאס וועט צוגלייכן איר נוקלעארע סטאטוס צו אמעריקע און רוסלאנד.

די מיינונגס פארשידענהייטן האבן געלייגט די סאמיט אונטער פראגע צייכן.

• וואל סטריט זשורנאל •

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס