דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג האט גערופן פאר א גענצליכע עלימינירונג פון…
ה' ויצא פ"ז: דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג האט גערופן פאר א גענצליכע עלימינירונג פון נוקלעארער וואפנס, דורכאויס זיין היסטארישע סאמיט מיט טראמפ און פוטין.
''נוקלעארע וואפנס זאלן זיין גענצליך פארבאטן און אינגאנצן פארניכטעט, צו אויפבויען א נוקלעאר-פרייע וועלט'' האט דזשינפינג געזאגט, צולייגענדיג אז ''א נוקלעארע מלחמה קען מען נישט געוואונען און דארף נישט זיין קיין קאמף; יעדע שריט דארף גענומען ווערן דאס צו פארמיידן.''





