נוקלעארער אבזערווירער פון 38 לענדער ווארענען אז די ריזיקע פון א נוקלעארער…
ב' ויצא פ"ז: נוקלעארער אבזערווירער פון 38 לענדער ווארענען אז די ריזיקע פון א נוקלעארער עקסידענט אין אוקראינע טוט שטייגן דעם ווינטער, צוליב וואס רוסלאנד שפרייט אויס אירע אטאקעס אויף ענערגיע אינפראסטרוקטור.
פּער סטראנד, דער הויפט פון צוויי אייראפעאישע נוקלעארער זיכערהייט פירמעס, האט געווארנט אז א נאציאנאלע אויסשאלטערונג אין אוקראינע קען לייגן די אפקיל סיסטעמען ביי אלע ניין רעאקטארן, אין א געפאר, וואס קען פאטענציאל ברענגען א ראדיאאקטיווע ארויסרינונג.
אוקראינע'ס דריי אפערירטע נוקלעארער פלענטס שטעלן צו ארום 80% עלעקטעריק פאר'ן לאנד.
די אבזערווירער האבן צוליב דעם געבעטן רוסלאנד צו אפשטעלן אירע אטאקעס, ווארענענדיג אז א גרויסע פאווער אויסשאלטערונג קען ברענגען א נוקלעארער קאטאסטראפע.





