די עף-בי-איי האט געמאלדן אז צפון קארעא העקערס האבן גע'גנב'עט איבער 400 מיליאן…
א' ויצא פ"ז: די עף-בי-איי האט געמאלדן אז צפון קארעא העקערס האבן גע'גנב'עט איבער 400 מיליאן דאלער אין קריפטא געלטער איבער די לעצטע 18 מאנאטן דורך א סאפיסטיקירטע סייבער שווינדל.
די שווינדל אפעראציעס האבן געצילט קריפטא עקזעקטיוו'ס און טעכנעלאגיע ספעציאליסטן און זענען געטון געווארן דורך פאלשע זאאם זיצונגען און גוגל מיעט ווידעא קאלס, נוצנדיג עי-איי פראבעצירטע ווידעאס זיך אהערצושטעלן אלס טראסטבארע און באקאנטע פרעזענליכקייטן. די באשווינדלטע זענען געווארן אנגעוויזן צו אינסטאלירן פארשידענע אפליקאציעס וואס האבן ערלויבט די העקערס זיך צו אריינבאקומען אין קריפטא אקאונטס און אזוי ארום גנב'נען מאסיווע סומעס.





