זונטאג, 22 נאוועמבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
אידישע נייעסג' תולדות פ"ז

גאנצע 4 יאר שטייען שוין צוויי עלטערן מיט שטריכן פון האפענונג באגלייט מיט אן…

דינסטאג, 10 נאוועמבער 2026 · 21:15

ג' תולדות פ"ז: גאנצע 4 יאר שטייען שוין צוויי עלטערן מיט שטריכן פון האפענונג באגלייט מיט אן אטמאספערע פון ליבשאפט צו זייער ליב קינד וועלכער איז אזױ ברוטאל פארשוואונדן געווארן, און קוקן יעדן טאג ארויס אויף די מאמענט וואס רעאליטעט וועט מיטשפילן מיט א מאמע'ס געפיל און ווייזן פאר דער וועלט אז מאמי איז געווען גערעכט, און משה קליינערמאן לעבט נאך.

אבער, ווען ביוראקראטיע געמישט מיט ברוטאליטעט, טוט עקל אויך לאנדן אויף אפענע וואונדן.

אין אן ארטיקל פון דער באקאנטער רייזנדער און זשורנאליסט שלמה זייאנץ אין די אנגלא-אידישער עמי מאגאזין, טוט מרת קליינערמאן אויפוויקלען א שאקירנדע אינצידענט וואס פארלאזט טרערן:

אין א שיין העלן טאג זענען מדינת ישראל פאליציי אפיצירן אנגעקומען צו די היים פון משפחת קליינערמאן אין מודיעין עילית און פארלאנגט אז משה, צו וועם זיי באציען זיך אלס ''עריק'', זאל קומען מיט זיי צוליב וואס ער האט פארלעצט די געזעץ מיט'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער.

ווי די עלטערן פארציילן, זענען אין די לעצטערע חדשים אנגעקומען פילע בריוון צו זייער הויז וועמענ'ס אינהאלט פארלאנגט אז משה דארף באצאלן שטייערן וועלכע האבן זיך אנגעזאמלט אויף זיין נאמען, טראץ וואס דער זעלבער משה איז שוין פארשוואונדן פאר פיר יאר.

אצינד, ווען די פאליציי איז אים געקומען זוכן, האבן די עלטערן רעאגירט צו זיי, ''מיר זוכן אים אויך...''

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס