זונטאג, 22 נאוועמבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסא' תולדות פ"ז

פרעזידענט טראמפ זאגט פאר סי-ען-ען אז באנייטע אטאקעס קעגן איראן וועט ווארשיינליך…

זונטאג, 8 נאוועמבער 2026 · 17:15

א' תולדות פ"ז: פרעזידענט טראמפ זאגט פאר סי-ען-ען אז באנייטע אטאקעס קעגן איראן וועט ווארשיינליך נישט פאסירן אויב טעהראן מאכט פארשריט פאר א נוקלעארער דיעל און עפנט דעם הארמוז.

''ס'ווענד זיך אויב זיי שרייבן אונטער א שטארקע אפמאך,'' האט טראמפ געזאגט, צולייגענדיג, ''איך וואלט, אויב ס'פעלט אויס, זיי שטארק אטאקירט.''

ער האט געווארנט אז אמעריקאנער כוחות שטייען גרייט, זאגנדיג, ''איך האב דא דריי עירקרעפט קעריערס. זיי שטייען גרייט.''

טראמפ האט אויך געווארנט אז אמעריקע קען אטאקירן ציווילע אינפראסטרוקטור, זאגנדיג, ''מיר האבן 38 בריקן וואס מיר קענען פארניכטן אין בלויז איין שעה. זיי וועלן אלע זיין אראפ.
איך וויל דאס נישט טון ווייל ס'וועט זיי נעמען 10 יאר עס צוריקצובויען. איך האב נישט ליב צו אטאקירן בריקן, און די שווערסטע זאך צו בויען איז א בריק. ס'נעמט יארן, און איך בין א גוטער בויער.''

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס