דאנערשטאג, 22 אקטאבער 2026
צוריק אהיים

אידישע נייעס

אידישע נייעסב' נח פ"ז

די מוסדות אינעם נייעם לעיקפראנט ישוב האט היינט געעפנט אירע טויערן צום נייעם זמן פאר די איבער הונדערט משפחות וואס וואוינען שוין דארט.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסוועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

די אויסערן מיניסטארן פון 29 לענדער, אריינגערעכנט פון אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, קאנאדע און אויסטראליע, האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע פארדאמונג אויף איראנ'ס פארבינדונג אין אטענטאט פארזוכן, ארסאן אטאקעס, סאבאטאזש, סייבער אטאקעס און אנדערע פיינטליכע אקטיוויטעטן וועלכע צילן זייערע לענדער.

די מיניסטארן האבן אנגעוויזן אויף א לעצטיגע כוואליע פון אטאקעס איבער אייראפע וועלכע האבן געצילט אידן, איראנער זשורנאליסטן און אמעריקאנער אינטערעסן.

די 29 לענדער האבן געווארנט אז פראבעס פון איראן צו שעדיגן מענטשן אויף זייער טעריטאריע וועט נישט טאלערירט ווערן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסוועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

אמווייניגסטנס 20 מענטשן, אריינגערעכנט קינדער, זענען שווער פארוואונדעט געווארן נעבן דעם צפון מדינת ישראל גרעניץ מיט לבנון, ווען אן אומעקספלאדירטע באמבע האט אויפגעריסן, בשעת זיי זענען געווען אויף א שפאציר.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסא' נח פ"ז

וויסטער אנטיסעמיט און געוועזענער פלארידע קאנגרעס קאנדידאט דאן בילזיריאן, ערשיינט מיט אן אנקעטע אויף סאציאלע מידיא איבער וועם זיינע נאכפאלגער וואלטן געראטן צו פירן די רעגירונג, אידן צי נאציס ימ''ש.

די רעזולטאטן זענען שאקירנד: גאנצע 86% קומט אריין אין שטיצע פאר א נאציש-געפירטע רעגירונג.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער

רעפובליקאנער געווארנער קאנדידאט פאר ניו יארק, ברוס בלעקמאן, האט אפגעשטאט א באזוך היינט ביי הנגיד ר' יואל לאנדא.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסא' נח פ"ז

שטייענדיג ביים אנהייב פונעם נייעם ווינטער זמן ווען טויזנטער בחורים גרייטן זיך אריינצוגיין אין נייע ישיבות, איז כ''ק האדמו''ר מ'תולדות צבי דספינקא ארויסגעקומען מיט א שארפע אדרעסירונג קעגן די מצב הישיבות מיט צענדליגער בחורים וואס שטייען דערווייל אן קיין ישיבה.

דער רבי האט געזאגט אז אין זיינע יארן אין סענדס סטריט איז נישט געווען אזא מושג אז ישיבות זאלן זיך וועלן וועלכע בחורים צו אקצעפטירן און וועלכע בחורים צו ווייזן דעם טיר, זאגנדיג אז יעדער וואס האט געוואלט לערנען און איז געווען גרייט זיך צוצושטעלן איז געווארן אויפגענומען מיט ברייטע אורעמעס, רעזולטירנדיג אז יעדער בחור זאל האבן א ישיבה וואו צו שטייגן.

(בילד קרעדיט: בחצרות הקודש)

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסא' נח פ"ז

דריי אידן זענען לעצט-מינוטיג געראטעוועט געווארן ווען זייער קאר האט זיך דערטראנקען אין וואסער אין מאראקא, פארגאנגענעם פרייטאג.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער

זיך לייגן אדער בייגן: א איד אין לעיקוואד האט עטליכע מאל פרובירט אריינצולייגן די קאוד צו קענען אריינגיין אין זיין אפיס, אבער ס'האט נישט געארבעט. נאכ'ן זען אז ס'גייט נישט האט ער גערופן חביבים צו קומען עפענען דעם טיר, די מעמבערס פון חביבים האבן אים געזאגט אז זיי וועלן גיין ברענגען א דריל עס צו עפענען, אבער ממש פאר'ן אוועקגיין האט דער איד באשלאסן צו פרובירן נאך איין זאך: זאגן ר' ישעי' בן ר' משה האט געזאגט זיך לייגן אדער בייגן. און וואונדערליך נאכ'ן עס זאגן האט זיך טיר געעפנט אים שענקענדיג איינטריט צו זיין אפיס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסלאקאלע נייעסו' בראשית פ"ז

קינדער פון חדר ויואל משה אין ווילאמסבורג ווערן עוואקואירט פון די געביידע נאך וואס איינער האט אריינגערופן זאגן אז ס'געפינט זיך א באמבע אינעם בנין. די פאליציי און רעטונגס אגענטורן געפינען זיך אויפן סצענע און זוכן אונטער דעם בנין פאר סיי וועלכע אויפרייס מאטעריאל.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער

דער געוועזענער ניו יארק סיטי מעיאר און אוהב ישראל עריק עדעמס האט זיך געטראפן נעכטן מיט'ן מקובל ר' יאשיהו פינטו.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער

פילע פאליטיקאנטן און רעגירונג פירער זענען היינט ארויסגעקומען אדרעסירן דעם דריטן יארטאג פון אקטאבער זיבן. צווישן זיי ציילט זיך, קאנגערסמאן מייק לאולער, קאנגערסמאן רענדי פיין, קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן, ניו יארק סיטי מעיאר זאהראן מאמדאני, סענאטאר טשאק שומער, סענאטאר דזשאן פעטערמאן, געוועזענער איראנער קרוין פרינץ פאלאווי, דייטשער קאנצלער מערץ, פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מעקראן, ארגענטינע פרעזידענט מילעי, און אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסוועלטליכע נייעסד' בראשית פ"ז

פליי-דובאי קא-פילאט האמאם אל-חמאמי האט געפלאנט צו היידזשעקן א פליגער קיין תל אביב עטליכע מאנאטן בעפאר ס'איז אים שיער געלונגען, פארגאנגענעם חול המועד.

אויספארשער זאגן אז דער קא-פילאט האט פרובירט צו באקומען ארבעט ביי א לופטליניע וואס פליט קיין מדינת ישראל און געבעטן צו פליען מיט פליי-דובאי'ס דובאי-תל אביב רוט. ער האט געזאגט פאר אויספארשער אז זיינע שריט זענען מאטיווירט געווארן דורך די סיטואציע אין עזה.

זיין פלאן איז געווען צו פארוואונדן דער פילאט און קראכן דעם פליגער אין די בן גוריון לופטפעלד, אבער האט באשלאסן עס צו אפשטופן פאר א צווייטע געלעגנהייט צוליב וואס איינער פון די שטאב מיטגלידער אויף יענעם פליגער איז געווען זיינס א פריינד, און ער האט יענעם נישט געוואלט וויי טון.

• וואל סטריט זשורנאל •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסאידישע נייעסד' בראשית פ"ז

היינט ווערט אפגעצייכנט גאנצע דריי יאר פון ווען 1,200 אידן זענען קאלטבלוטיג דערמארדעט געווארן דורך כאמאס טעראריסטן, שמיני עצרת, תשפ''ד.
די שוידערליכע כאמאס אטאקע אויף מדינת ישראל, באגלייט מיט אירע גראפישע פייניגונגען קעגן אידן, אריינגערעכנט נוצן די ארגסטע פייניגונג מעטאדן קעגן קליינע קינדער און פרויען, וועט עווענטועל פירן צו א מאסיווע מיליטערישע רעאקציע פון מדינת ישראל אין וועלכן די גרעסטע כאמאס פירער וועלן ווערן אפגעווישט אין צוזאמענהאנג מיט זייערע קעמפער.

עזה וועט פארוואנדלט ווערן אין א הויפן ברוכווארג און אירע איינוואוינער וועלן ליידן צוליב די שריט פון זייערע טעראריסטישע שכנים.

טראץ וואס מ'שטייט שוין דריי יאר זינט יענעם שרעקליכן טאג, טוט אקטאבער זיבן ווייטער בלייבן איינגעקריצט מיט בלוטיגע טינט און טוט פון פריש ערוועקן די עמאציאנאלע געפילן פאר די וואס זענען אריבער די אכזריות'דיגע כאמאס פייניגונגען.

זאלן די נשמות פון אלע אידן וועלכע האבן אין יענע טעג פארלוירן זייערע לעבנס האבן אן עליה.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסג' בראשית פ"ז

חרדישער בחור ווערט געראטעוועט פון טורמע נאכ'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער

הונדערטער חרידישע אידן האבן זיך נעכטן איינגעבראכן אין א פאליציי סטאנציע אין מדינת ישראל און באפרייט א בחור וועלכער איז ארעסטירט געווארן פאר'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער.

עפענען / שיקן ווייטער
→ נייערע
קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס