אילאן מאסק זאגט אז ער גלייבט נישט אז געלט וועט עפעס אויסמאכן אין די צוקונפט.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf
אילאן מאסק זאגט אז ער גלייבט נישט אז געלט וועט עפעס אויסמאכן אין די צוקונפט.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf
גרויסע אמעריקאנער בענק, אריינגערעכנט טשעיס און באנק אוו אמעריקע, האבן אנגעהויבן באגרעניצן עי-איי סיסטעמען נאכ'ן אויפכאפן אז די עי-איי'ס גייען אריין אין אקאונטס אן צו באקומען אויטאריזאציע.
די בענק האבן מורא אז די עי-איי אגענטן קענען מאכן אומאויטאריזירטע צאלונגען, טראנספערירן געלטער אבער נעמען אנדערע שריט וואס קען אפעקטירן די פינאציעלע מצב פון קאסטומערס.
• אקסיאס •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

א היסטארישע גלאוב פון די צווייטע וועלט-מלחמה איז געווארן צובראכן ווען א שטאב מיטגלידער פון פיט העגסעט האט עס אויפגעהויבן און געוואלט אריינלייגן אין די אפיס פון זיין אויבערהאר.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

באקאנטער משמח ר' חיים איצקעוויטש לייגט אראפ דעם טראדיציאנעלן אמעריקאנער ליד פאר סטעיט סענאטאר ביל וועבער.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf
13 טעג פארבליבן ביז נאוועמבער 3:
• היינט איז ערשינען א פרישע אנקעטע פון די ניו יארק טיימס וואס גיט פאר דעמאקראטן א 11 פונקטן אויבערהאנט אין קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן. קוקנדיג אויפן סענאט, טוט דעסישאן דעסק עדיזש-קיו געבן א 56% שאנס פאר דעמאקראטן צו איבערנעמען קאנטראל.
דעמאקראטן דארפן איבערדרייען פיר זיצן צו באקומען קאנטראל אינעם סענאט; די פראבלעם איז אז די זיצן זענען רעפובליקאנער סטעיטס. אבער אנקעטעס ווייזן אז ס'איז בכלל נישט קיין פראבלעם; דעמאקראטן שטייען פאראויס אדער גאר נאנט אין אהייא, טעקסעס און אייווא, און זענען גאר נאנט אין קענזעס, מיסיסיפי, און סאוט קאראליינע.
• היינט נאכט איז פארגעקומען א דעבאטע צווישן די צוויי סענאט קאנדידאטן אין מישיגען, דער דעמאקראטישער אבדול על-סאאיד און דער רעפובליקאנער מארק ראדזשערס. ראדזשערס האט באשולדיגט על-סאאיד אין האבן פארבינדונגען מיט מוסלעמענער גרופעס, בשעת על-סאאיד האט אראפגעריסן ראדזשערס איבער די געלטער וואס ער האט פארדינט אין וואשינגטאן און זיין פריינדשאפט מיט פרעזידענט טראמפ.
• פרעזידענט טראמפ איז היינט אנגעקומען קיין סאוט קאראליינע פאר א ראלי מיט דארלין גרעהעם, די שוועסטער פון לינדזי גרעהעם, וואס לויפט פאר סענאט.
• איבער 16 מיליאן מענטשן זענען שוין ארויסגעקומען שטימען, און אין טעקסעס האבן טייל קאונטיס געזען רעקארד ציפערן פון וויילער וואס קומען ארויס שטימען, צייגנדיג אויף א שטארקע ענטוזיאזם אינערהאלב ביידע פארטייען.
אין די היימישע געגנטער ווערט די סיטואציע עטוואס הייס, מיט קאנדידאטן פון ביידע פארטייען וואס זוכן צו באקומען די שטימען פונעם ציבור. אויב זעט איר רעקלאמעס גלייב איך אז איר ווייסט...
א גרויסע פארמעסט וואס מאכט אסאך אויס ביים היימישן ציבור איז די קאנגרעסיאנאלע פארמעסט פון מייק לאולער. היינט איז געמאלדן געווארן אז אילאן מאסק וועט אריינגיסן 500 טויזנט דאלער אין מייק'ס קאמפיין, זייענדיג א פארמעסט וואס קען אנטשיידן וועלכע פארטיי ס'וועט באקומען קאנטראל פון קאנגרעס.
• נעכטן האט זיך אפגעשפילט א היפשע קאנטראווערסיע אין אהאיא ווען דער רעפובליקאנער געווארנער קאנדידאט וויוועק ראמאסוואמי האט ארויסגעשטעלט א קאמפיין ווידעא וואס ווייזט וואו די מאמע פון זיין קעגנער רופט פאר וויילער נישט צו שטימען פאר איר טאכטער צוליב וואס זי איז נישט באגלייבט.
די פראבלעם איז נאר אז אקטאן האט שוין נישט קיין פארבינדונג מיט איר מאמע פון די צוועלף יאר צוליב וואס זי איז אריבער פייניגונגען אינדערהיים.
דער ווידעא האט באקומען גאר אסאך קריטיק צוליב וואס ראמאסוואמי האט זיך באנוצט מיט א ווייטאגליכע פרשה און פריוואטע פאמיליע צעטיילונג צו אראפברענגען זיין קעגנער.
צוערשט איז נישט געווען באקאנט ווער ס'האט ארויסגעשיקט דעם ווידעא, אבער שפעטער האט ראמאסוואמי געזאגט פאר די פרעסע אז זיין קאמפיין שטייט אונטער עס.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאנגרעס רעפובליקאנער האבן א שמאלע פאנדרעיזינג אויבערהאנט אויף דעמאקראטן שטייענדיג אין די לעצטע צוויי וואכן פאר די מידטורם אלעקשאן, איבערדריידענדיג די פאנדרעיזינג אויבערהאנט פון די לעצטע צוויי פארמעסטן, ווען דעמאקראטן זענען איבערגעשטיגן רעפובליקאנער מיט 84 מילאן דאלאר אין 2024 און 74 מיליאן דאלער אין 2022.
די נאציאנאלער רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע קאמיטע האט אויפגעטריבן 250 מיליאן דאלער פאר דעם אלעקשאן, בשעת די דעמעקראטישער קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע האט אויפגעטריבן 249 מילאן.
קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן האט אויך אויפגעטריבן מער ווי 220 מיליאן דאלער פאר רעפובליקאנער זינט ער איז אריינגעקומען אין אפיס אין אקטאבער 2023.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

ווען אזויפיל פרישע עי-איי מאדעלן פארפלייצן די גאסן ווערט שוין א דילעמע איבער וועלכע עי-איי צו פרעגן...
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf
א דראמאטישע רעטונג איז פארגעקומען ביי א הייוועי אין סאן דיעגא, ווען ארומיגע האבן געהאלפן ארויסראטעווען א דרייווער פון א טראק וואס איז געווען ארויף אין פלאמען.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf
די ווייסע הויז האט געגעבן פאר פאליטיקא 48 שעה צו פארמעקן אדער פאררעכטן דריי ארטיקלען איבער טשיף אוו סטעף פרוי וויילס, ווארענענדיג איבער שווערע קאנסעקווענצן אויב דער נייעס סטאנציע פארפעלט צו ערפילן דעם פארלאנג.
די דריי ארטיקלען רעדן איבער טראמפ'ס מכלומר'שטע פלענער צו פארשיקן וויילס און טראמפ'ס רעאקציע צו די באריכטן.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

אמעריקע און מדינת ישראל האבן אהערגעשטעלט דעטאלירטע פלענער פאר באנייטע אטאקעס קעגן איראן נאך די מידטורמס.
לויט די פלענער, וועט די אפעראציע ארייננעמען א דריי-טאגיגער באמבעדירונג קאמפיין קעגן איראנ'ס נוקלעארער צענטערן, אריינגערעכנט דער פיקעקס בארג, מיסיל און דראון ארסענאלן, און ענערגיע אינפראסטרוקטור.
אדמיניסטראציע באאמטע זענען ביי די מיינונג אז נאך אן אפענסיווע קען פארקריפלען איראנ'ס עקאנאמיע און צווינגען די רעזשים צו מאכן קאנצעסיעס אויף איר נוקלעארער פראגראם און קאנטראל פון די הארמוז וואסער וועג.
• ניו יארק טיימס •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

סאודי אראביע'ס דזשענעראל אוטאריטעט פון ציווילע אוויאציע מעלדט אז אן אטאקע היינט האט געצילט די קעניג פאהד אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין דאמאם, אין וועלכן איין מענטש איז אומגעקומען און אכט אנדערע זענען פארוואנדעט געװארן.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

סענאט רעפובליקאנער זענען שטארק באזארגט איבער מיסיסיפי, א סטעיט וואס האט נישט אריינגעוועלט א דעמאקראטישער סענאטאר אין 44 יאר.
רעפובליקאנער פארטיי פירער באטראכטן צו אריינגיסן פרישע געלטער און אזוי ארום באשיצן סענעטאר סינדי הייד-סמיט צוליב וואס זיין דעמאקראטישער קעגנער סקאט קאלאם געניסט פון גאר אסאך שטיצע און באווייזט צו פאראורזאכן א שאקירנדע נאנטע פארמעסט.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

ברעד לענדער, דער דעמאקראטישער קאנדידאט פאר ניו יארק'ס 10'טער קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט טענה'ט אז ער איז ארעסטירט געווארן דורך מדינת ישראל קרעפטן ביים פלאנצן איילבירטן מיט פאליסטינער אין יהודה ושומרון.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf
וועבזייטלעך פון ארום דער וועלט זענען אראפ פונעם אינטערנעט נאך וואס צוויי פראבלעמען זענען געפינען געווארן אין PHP, א פראגראמינג שפראך וואס גאר אסאך וועבזייטלעך נוצן.
סייבער סעקיוריטי אגענטורן האבן גע'עצה'ט ארגאניזאציעס וואס קענען נישט 'אפּדעיטן' זייער וועבסייט צו עס אינגאנצן אראפנעמען פון די אינטערנעט.
פינלאנד האט אראפגענומען איר רעגירונגס פובליק אינטערנעט סערוויסעס, און די גרויסע וויקיפידיע וועבסייט איז אויך אראפ פונעם אינטערנעט פאר א שטיק צייט.
די לעכער זענען געפינען געווארן מיט די הילף פון אן אפּען-עי-איי פראגראם.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

לויט באריכטן האט וואשינגטאן באפוילן אמעריקאנער אמבאסאדארן, זייערע פאמיליעס און שטאב פון סאודיע אראביע, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, ירדן, קאטאר און באכרעין צו עוואקואירן.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

א פאולינג פירמע גערופן וועדזשוואוד פאולס איז ארויסגעקומען מעלדן אז רוב פון אירע אנקעטעס זענען געווען ארויסגעזויגן פון פינגער און איז אליינס פראבעצירט געווארן.
די פאולס פון דער פירמע זענען גענוצט געווארן דורך עטליכע גרויסע נייעס אגענטורן ווי די ניו יארק טיימס און נויז-וויק.
די פירמע האט געפלאנט צו ווייטער שפילן מיטן ציבור, אבער א צווייטע פירמע, גערופן פיפטי-פּלאס-וואן האט אויפגעדעקט אז זיי מאכן פאלשע אנקעטעס, וואס האט געפירט אז דער פירמע זאל ארויסקומען אין די עפענטליכקייט און מודה זיין אז זיי פראבעצירן אליינס זייערע אנקעטעס.
די מעלדונג האט שטארק אנטוישט דעמאקראטן צוליב וואס דער פירמע האט כסדר געוויזן גוטע ציפערן פאר דעמאקראטישע קאנדידאטן.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע גלייבן אז דער רוסישער פרעזידענט פוטין האט באפוילן צו אונטערנעמען א סאבאטאזש קאמפיין קעגן נאטא לענדער.
סי-איי-עי דירעקטאר דזשאן רעטקליף האט געווארנט מאסקווע איבער אירע סאבאטאזש אפעראציע, אבער רוסלאנד לייקנט צו האבן דורכגעפירט אפעראציעס קעגן נאטא לענדער, טראץ וואס א קרעמלין באאמטער האט לויט באריכטן געווארנט דייטשע באאמטע אז רוסישע סאבאטאזש אטאקעס וועלן פארזעצן קעגן דייטשלאנד.
• וואל סטריט זשורנאל •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

אילאן מאסק שטעלט ארויס א ווארענונג צו דעמאקראטן אז ער וועט קומען נאך זיי, נאכפאלגנדיג א באריכט אז דעמאקראטן גרייטן זיך פאר אן אויספארשונג איבער אים.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

ביבי נתניהו איז געווארן היינט 77 יאר אלט, ווערנדיג מיט דעם דער עלטסטער מענטש צו סערווירן אלס מדינת ישראל'ס פריים מיניסטאר.
ווען ער איז ערשט ערוועלט געווארן ביי די עלטער פון 46 יאר איז ער געווען דאס לאנד'ס יונגסטע פריים מיניסטאר, אצינד האלט ער ביידע רעקארדס.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

איראק האט צוגעמאכט איר הויפט גרעניץ אריבערגאנג מיט איראן ביז א ווייטערדיגע מעלדונג, אויפן פארארדענונג פון פריים מיניסטאר אל-זאאדי.
איראקער באאמטע זאגן אז די אנדערע גרעניצן מיט איראן זענען אויך ערווארטעט צו ווערן פארשלאסן צוליב וואס די רעגירונג וויל דורכפירן א זיכערהייט איבערזיכט און אינסטאלירן נייע זיכערהייט סיסטעמען צו ברענגען אן ענדע צו די שמוגלעריי אפעראציעס וואס קומען פאר ביי די גרעניצן צווישן די צוויי לענדער.
איראן זאגט אז זי איז נישט אינפארמירט געווארן פון פריער אז די גרעניץ וועט פארשלאסן ווערן.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf
