אילאן מאסק האט פרעזענליך פארארדענט צו באגרעניצן סטארלינק פאר אוקראינע.
סיי טראמפ און סיי מאסק זענען אויפגעברויזט אויף אוקראינע צוליב זייערע אטאקעס אויף רוסישע אויל אינפראסטרוקטור, און די צוויי האבן דיסקוטירט דעם באשלוס צו צוימען סטארלינק ערשט נאך וואס די פובליק האט זיך דערוואוסט איבער דעם.
לויט צוויי רעגירונג באאמטע האט עס מאסק אליינס געטון און ערשט נאכדעם גערעדט מיט טראמפ דערוועגן.
מאסק האט עפנטליך געזאגט אז די צוימונגען ליגן אין די הענט פון די אמעריקאנער מיליטער און פרעזידענט, און טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער ווייסט נישט ווער ס'שטייט אונטער עס.
דערווייל זענען די באגרעניצונגען נאכאלץ אין קראפט, און אוקראינישע דראונס פארלירן 'קאנעקשן' ביים פליען העכער 100 מייל פער שעה.
• וואל סטריט זשורנאל •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf