פרייטאג, 23 אקטאבער 2026
צוריק אהיים

אלע נייעס

וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

סאודיע'ס דזשענעראל אוטאריטעט פון ציווילע אוויאציע, האט געמאלדן אז קינג כאליד אינטערנאציאנאלע לופטפעלד איז ווידעראמאל געצילט געווארן אין אן אטאקע פון די הוטי רעבעלן, פאראורזאכנדיג פילע פאטאליטעטן און שאדנס צום לופטפעלד.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

די פאפולאריטעט פון דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מעקראן איז געפאלן צו בלויזע 15%, די נידריגסטע פונקט זינט ער איז אריינגעקומען אין אפיס אין 2017.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסא' נח פ"ז

דריי אידן זענען לעצט-מינוטיג געראטעוועט געווארן ווען זייער קאר האט זיך דערטראנקען אין וואסער אין מאראקא, פארגאנגענעם פרייטאג.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ מעלדט אז אן ענערגיע פייער אפשטעל צווישן רוסלאנד און אוקראינע טוט זאפארט אריינגיין אין קראפט.

דער אוקראינישער פרעזידענט זאלענסקי האט קאמענטירט דערויף, זאגענדיג פאר אקסיאס אז דער מעלדונג איז געווען א נייעס פאר אים, אבער אויב רוסלאנד שטעלט אפ ענערגיע אטאקעס איז קיעוו גרייט צו קאאפערירן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער

זיך לייגן אדער בייגן: א איד אין לעיקוואד האט עטליכע מאל פרובירט אריינצולייגן די קאוד צו קענען אריינגיין אין זיין אפיס, אבער ס'האט נישט געארבעט. נאכ'ן זען אז ס'גייט נישט האט ער גערופן חביבים צו קומען עפענען דעם טיר, די מעמבערס פון חביבים האבן אים געזאגט אז זיי וועלן גיין ברענגען א דריל עס צו עפענען, אבער ממש פאר'ן אוועקגיין האט דער איד באשלאסן צו פרובירן נאך איין זאך: זאגן ר' ישעי' בן ר' משה האט געזאגט זיך לייגן אדער בייגן. און וואונדערליך נאכ'ן עס זאגן האט זיך טיר געעפנט אים שענקענדיג איינטריט צו זיין אפיס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא איז ערשינען מיט א פארדאמונג אויף די הוטי אטאקעס קעגן קינג כאליד אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין סאודיע אראביע וועלכע האט אומגעברענגט 12 און פארוואונדעט פילע.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

די אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט טוט אויספארשן אויב עי-בי-סי, סי-בי-עס, סי-ען-ען, ען-בי-סי און פאקס ניוז האבן פארלעצט אנטי-טראסט געזעצן דורכ'ן געמיינזאם סוספענדירן ווייסע הויז פרעסע דעקונג פון פרעזידענט טראמפ.

די נייעס אגענטורן האבן סוספענדירן דעקונג פאר עטליכע טעג אלס רעאקציע צו פרעזידענט טראמפ'ס פארבאט אויף עטליכע נייעס סטאנציעס, איבערלאזנדיג עטליכע גרויסע אווענטס און קיין געהעריגע דעקונג, אריינגערעכנט די באזוך פון שי דזשינפינג אין וואשינגטאן.

די יוסטיץ דעפארטמענט טענה'ט אז די קאארדאנירטע סוספענדירונג טוט מעגליך זיין אן אומלעגאלע גרופע בויקאטירירונג.

• ניו יארק טיימס •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז

טשיקאוו: אן אינפלואינסער מיט איבער 130,000 נאכפאלגער אויף טוויטער איז אריינגעפאלן אין נעץ נאכ'ן אונטערשרייבן א קאנטראקט בעפאר'ן דורכליינען אלע טערמינען.

ערשט נאכ'ן אונטערשרייבן דעם קאנטראקט האט ער עס געליינט און געזען אז איינע פון די טערמינען איז אז ער איז נישט ערלויבט צו פּאוסטן מער אויפ'ן געוועב ביז ווען דער קאנטראקט לויפט אפ...

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז

גנבים אין איטאליע האבן גע'גנב'עט איבער 30,000 פלעשער טייערע וויין פון א וויין פאבריק אין טוסקאני, איטאליע.

די גנבים, וועלכע זענען באשטאנען פון א גרופע פון זיבן, זענען אנגעקומען צום פאבריק פרייטאג ביינאכט מיט צװײ גרויסע טראקס, גענומען די וויינען, אריינגעלייגט אין די טראקס, און אפגעיאגט פון שטח.

א פאבריק באאמטער זאגט אז די גנבים האבן אויסגעשאלטערט די זיכערהייט קאמערעס און אלארעם סיסטעמען בעפאר'ן דורכפירן זייער רויבעריי.

די גניבה ווערט געשאצט צו זיין אין די ווערד פון 5.8 מיליאן דאלער - עפעס וואס ווערט באטראכט אלס די גרעסטע וויין רויבעריי אין איטאליע'ס היסטאריע.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז

פראסעקיוטערס פון די עמיראטן זאגן אז דער אמאנער קא-פילאט וואס האט פרובירט צו היידזשעקן א פליי-דובאי פליגער, האט געפלאנט צו קראכן דעם פליגער אויף א פאסאזשיר טערמינאל אין די בן גוריון לופטפעלד אלס א זעלבסטמארד אטאקע נאכ'ן אינספירירט ווערן פון 9/11.

אויספארשער זאגן אז ער איז אזוי שטארק אינספירירט געווארן פון 9/11 אזש זיין ווילן צו אויספירן אן ענליכע אטאקע האט אים געברענגט צו אריינטרעטן אין די אוויאציע פעלד.

דער קא-פילאט זאגט אז ער האט געארבעט אויף די אייגענע האנט, אבער אוטאריטעטן זאגן זיי טוען אויספארשן מעגליכע הילף פון טעראריסטישע גרופעס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז

א פליגער אין עקוואדאר איז אראפגעפארן פון די ראנוועי און אראפגעקראכט אויף א שאסיי, אריינהאקנדיג אין א לעקטער שטאנג.

די פליגער האט געפירט אויף זיך געלט פאר עקוואדאר'ס צענטראלע באנק. קיינער אויפן פליגער איז נישט געשעדיגט געווארן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז

די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן סאנקציעס קעגן די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט, וועלכע טוען אפשטעלן איר פינאציעלע חלקים, אינשורענס און סאפטווער סיסטעמען.

דאס קומט אינמיטן אמעריקאנער אויפברויז איבער די געריכט'ס ארעסט באפעלן פאר איזראעלישע באאמטע, אריינגערעכנט נתניהו, און א פריערדיגע אויספארשונג פון די געריכט אויף אמעריקאנער טרופן אין אפגאניסטאן.

די סאנקציעס זענען געמאלן געווארן בלויז עטליכע שעה נאך וואס א געוועזענע אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט ריכטער נאווי פילעי איז נאמינירט געווארן פאר די נאבעל שלום פרייז צוליב איר ארבעט פאר אינטערנאציאנאלע קרימינאלע יוסטיץ.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסמוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז

פרעזידענט טראמפ האט אויפגענומען א נייע פרעסע סעקרעטארין, פרוי קעטי זאכאריא, נאכפאלגנדיג די רעזיגנירונג פון די געוועזענע פרעסע סעקרעטארין פרוי לעוויט.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסמוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז

דער מאן פון קאמאלע העריס האט פריוואט געזאגט פאר זיינע ארומיגע אז ער וואלט נישט געוואלט אז זיין פרוי זאל לויפן נאכאמאל פאר פרעזידענט.

העריס האט אין אלגעמיין נאכנישט געמאכט א באשלוס צו לויפן פאר פרעזידענט אבער האט אנגעהויבן ארבעטן אויף די צוגרייטונגען דורכ'ן זיך טרעפן מיט ביישטייער, אויפנעמען פאליטישע סטעף און קאמפיינען פאר דעמאקראטן פאר די נאוועמבער מידטורמס, צו שטיין גרייט פאר אין פאל וואס זי באשליסט צו לויפן.

פולע דעמאקראטן, אריינגערעכנט נאנטע צו העריס, זענען ביי דער מיינונג אז די פארטיי דארף א פרישע קאנדידאט נאך איר פארלוסט צו טראמפ אין 2024.

• וואל סטריט זשורנאל •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז

א מאן איז אומגעקומען נאכ'ן אריינגיין אין א טיגער שטייג אין ענגלאנד וואו ער איז אטאקירט געווארן דורך א טיגער.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז

דער אוקראינישער פרעזידענט זאלענסקי איז ארויסגעקומען קריטיקירן פרעזידענט טראמפ'ס אויל אפמאך מיט רוסלאנד:

''וואס האט טראמפ באקומען? אז ער וועט האבן מער אויל? פאר וועם? מער רויסישע גאז פאר אמעריקאנער? ס'ווייזט א שוואכקייט פאר דער וועלט.

דער באשלוס וועט אונז נישט העלפן אויף סיי וועלכע וועג. אבער וואס איז שלעכט, איך גלייב אז דאס וועט נישט העלפן אמעריקאנער.

אויב דו ערלויבסט זיי צו עקספארטירן דיזעל, און טראכסט פארדעם אז דו דארפסט גיין צו רוסלאנד צו פארהאנדלען, קוקט עס אויס ווי דו קויפסט דעם זיצונג.

אפשר בין איך נישט גערעכט. אבער ס'קוקט אזוי אויס''.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
→ נייערעעלטערע ←
קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס