פרייטאג, 23 אקטאבער 2026
צוריק אהיים

אלע נייעס

וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסב' נח פ"ז

אילאן מאסק האט בייגעשטייערט איבער 276 מיליאן דאלער פאר רעפובליקאנער גרופעס אים מאכנדיג פאר דער גרעסטער ביישטייערער אין די 2026 מידטורם פארמעסטן.

זיינע ביישטייערונגען נעמען אריין 158 מיליאן פאר די הויפט רעפובליקאנער סופּער-פּעק און מער ווי 76 מיליאן פאר אמעריקע-פּעק, וואס פירט אן מיט קאמפיינס אין זיבן סענאט פארמעסטן און 36 קאנגרעס פארמעסטן.

טראץ וואס ער האט אויסגעגעבן אזויפיל געלט, האט מאסק גענומען א שטילערע פאליטישע ראלע נאכ'ן זיך צוקריגן מיט טראמפ. זיין סופּער-פּעק פלאנט אויך צו זיין אקטיוו אין די 2028 פרעזידענטליכע פארמעסט.

• ניו יארק טיימס •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

''די אייראפעאישע פאראיין האט באצאלט פאר רוסלאנד 250 ביליאן דאלער פאר ענערגיע, און די פאלשע נייעס מידיא וויל נישט גיין נאנט צו דעם געשיכטע.

איך האב געמאכט די ריכטיגע באשלוס פאר די אמעריקאנער בירגער - אייביג, אמעריקע ערשט!"

- פרעזידענט טראמפ אויף טרוט סאשעל.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסוועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

די אויסערן מיניסטארן פון 29 לענדער, אריינגערעכנט פון אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, קאנאדע און אויסטראליע, האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע פארדאמונג אויף איראנ'ס פארבינדונג אין אטענטאט פארזוכן, ארסאן אטאקעס, סאבאטאזש, סייבער אטאקעס און אנדערע פיינטליכע אקטיוויטעטן וועלכע צילן זייערע לענדער.

די מיניסטארן האבן אנגעוויזן אויף א לעצטיגע כוואליע פון אטאקעס איבער אייראפע וועלכע האבן געצילט אידן, איראנער זשורנאליסטן און אמעריקאנער אינטערעסן.

די 29 לענדער האבן געווארנט אז פראבעס פון איראן צו שעדיגן מענטשן אויף זייער טעריטאריע וועט נישט טאלערירט ווערן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

פעדעראלע אגענטן האבן היינט 6:00 פארטאגס געשטורעמט די וואשינגטאן הויז פון די דעמעקראטישע קאנגרעס-פרוי אילאן אומאר, וואו זיי האבן דורכגעפירט אן אונטערזיכונג אלס טייל פון אן אויספארשונג איבער מעגליכע אימיגראציע שווינדלערייען וואס די סאמאליע-געבוירענער געזעצגעבערין איז באגאנגען.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסוועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

אמווייניגסטנס 20 מענטשן, אריינגערעכנט קינדער, זענען שווער פארוואונדעט געווארן נעבן דעם צפון מדינת ישראל גרעניץ מיט לבנון, ווען אן אומעקספלאדירטע באמבע האט אויפגעריסן, בשעת זיי זענען געווען אויף א שפאציר.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסא' נח פ"ז

וויסטער אנטיסעמיט און געוועזענער פלארידע קאנגרעס קאנדידאט דאן בילזיריאן, ערשיינט מיט אן אנקעטע אויף סאציאלע מידיא איבער וועם זיינע נאכפאלגער וואלטן געראטן צו פירן די רעגירונג, אידן צי נאציס ימ''ש.

די רעזולטאטן זענען שאקירנד: גאנצע 86% קומט אריין אין שטיצע פאר א נאציש-געפירטע רעגירונג.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

די אייראפעאישע פאראיין האט אנגעהויבן איינצוימען וויזע באגרעניצונגען פאר רוסישע בירגער נאך זארג איבער מעגליכע סאבאטאזש אטאקעס.

פוילן, שווייץ און עסטרייך שטיפן פאר שטרענגע צוימונגען, בשעת עסטרייך וויל אויך אוועקנעמען די וויזעס פון 650,000 געוועזענע רוסישע זעלנער צוליב זיכערהייט זארג.

די אייראפעאישע קאמיסיע איז ערווארטעט צו פרעזענטירן די וויזע צוימונגען פאר אן אפשטימונג אין יאנואר 2027.

• פאליטיקא •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
ארטיקלעןא' נח פ"ז

''דו האסט נישט די קארטלעך''. מורא פון א מידטורם פארלוסט, הויכע גאז פרייזן וואס רעזולטירן אן אומצופרידנהייט ביי וויילער, און א פארמאכטע הארמוז. אלץ קלאפט אויס אויף זאלענסקי.

''דו האסט נישט קיין קארטלעך'' דאס זענען געווען די ווערטער פון פרעזידענט טראמפ צו דער אוקראינישער פרעזידענט זאלענסקי אין אוועל אפיס מיט עטליכע יאר צוריק, בשעת א היציגע טענה'ריי האט זיך אנטוויקלט צווישן וויצע פרעזידענט ווענס און זאלענסקי. חדשים זענען…

ליין די פולן ארטיקל
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

מאסיווע פארפלייצונגען האבן דורכגעריסן נעפאל, אפווישנדיג בריקן, עלעקטעריק שטאנגען און געביידעס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

ווידעא אויף טעלעגראם: https://t.me/baketzer/7093

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

אמעריקע האט געסטראשעט צו אויפהערן פארקויפן וואפנס פאר אוקראינע צוליב אירע אטאקעס אויף רוסישע ענערגיע אינפראסטרוקטור. וואשינגטאן לייגט שטארקע דרוק אויף אייראפע און קיעוו צו זאפארט אפשטעלן ענערגיע אטאקעס, נוצנדיג וואפן סופלייס אלס א סטראשע אין פאל וואס קיעוו שטעלט עס נישט אפ.

• פינאנציעלע טיימס •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

א לופטהאנזא 747 האט אין די לעצטע מינוט אויסגעמיטן א קאטאסטראפע ווען דער אונטערשטער פליגל האט זיך אריינגעהאקט אינעם ראנוועי, ביים לאנדן אין די לאס אנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע לופטפעלד.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

ווידעא ווייזט דער מאמענט וואס א הוטי באליסטישע מיסל איז געפאלן אויף טערמינאל 3 פון סאודיע'ס קינג כאליד אינטערנאציאנאלע לופטפעלד.

די אטאקע האט געקאסט די לעבנס פון 13 מענטשן און פארוואונדעט איבער 300.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
פאליטישע נייעסא' נח פ"ז

דער 93-יאריגער רעפובליקאנער סענאטאר, טשאק גראסלי פון לאווא, האט אריינגעגעבן זיינע פאפירן צו לויפן פאר נאך א טערמין אין 2028, און וועט זיין 101 יאר ביי דער ענדע פון זיין טערמין.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

זיבן סענעטארן פון ביידע פארטייען באשולדיגן טראמפ אין פארלעצן א 2022 געזעץ וואס פארבאט ענערגיע אימפארטס פון רוסלאנד, מיט'ן ערלויבן רוסישע גאז אריין קיין אמעריקע.

די סענעטארן זאגן אז די אדמיניסטראציע האט פארפעלט זיך צו באראטן מיט קאנגרעס אדער צושטעלן א לעגאל-פארפליכטעטע בארעכטיגונג סיבה, ווארענענדיג אז די אימפארטס קען העלפן פינאנצירן רוסלאנד'ס מלחמה אין אוקראינע.

זיי פארלאנגען אז די אדמיניסטראציע זאל זאפארט צוריקציען פון איר באשלוס צו ערלויבן רוסישע גאז אימפארטס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

די איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע פובליצירט א ווידעא וואו אן אויל טאנקיר שיף גייט ארויף אין פלאמען נאכ'ן אריבערפארן א וואסער מינע אין די הארמוז וואסער וועג.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער

רעפובליקאנער געווארנער קאנדידאט פאר ניו יארק, ברוס בלעקמאן, האט אפגעשטאט א באזוך היינט ביי הנגיד ר' יואל לאנדא.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

בלויז געציילטע שעות פון ווען פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אן ענערגיע פייער אפשטעל צווישן אוקראינע און רוסלאנד, האט רוסלאנד אטאקירט די הויפט פאווער פלענט אין כארקאוו.

לויט זאלענסקי, האט אין די פארגאנגענע וואך רוסלאנד דורכגעפירט איבער 200 אטאקעס אויף אוקראינישע ענערגיע אינפראסטרוקטור, אומברענגנדיג 150 און פארוואונדעט איבער 700 מענטשן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסא' נח פ"ז

שטייענדיג ביים אנהייב פונעם נייעם ווינטער זמן ווען טויזנטער בחורים גרייטן זיך אריינצוגיין אין נייע ישיבות, איז כ''ק האדמו''ר מ'תולדות צבי דספינקא ארויסגעקומען מיט א שארפע אדרעסירונג קעגן די מצב הישיבות מיט צענדליגער בחורים וואס שטייען דערווייל אן קיין ישיבה.

דער רבי האט געזאגט אז אין זיינע יארן אין סענדס סטריט איז נישט געווען אזא מושג אז ישיבות זאלן זיך וועלן וועלכע בחורים צו אקצעפטירן און וועלכע בחורים צו ווייזן דעם טיר, זאגנדיג אז יעדער וואס האט געוואלט לערנען און איז געווען גרייט זיך צוצושטעלן איז געווארן אויפגענומען מיט ברייטע אורעמעס, רעזולטירנדיג אז יעדער בחור זאל האבן א ישיבה וואו צו שטייגן.

(בילד קרעדיט: בחצרות הקודש)

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

פולישע זיכערהייט באאמטע האבן אפגעהאלטן אן עמערזשענסי זיצונג נאכ'ן באקומען שפיאנאזש אינפארמאציע איבער א מעגליכע אטענטאט פארזוך אויף דער פריים מיניסטאר דאנאלד טאסק.

באאמטע זאגן אז דער געפאר פון אן אטענטאט פארזוך קעגן דער פריים מיניסטאר איז גאר ערנסט און גלייבן אז ס'איז פארהאן א גרויסע מעגליכקייט צו ווערן אויסגעפירט.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
→ נייערעעלטערע ←
קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס