א פאולינג פירמע גערופן וועדזשוואוד פאולס איז ארויסגעקומען מעלדן אז רוב פון אירע…
ד' לך לך פ"ז: א פאולינג פירמע גערופן וועדזשוואוד פאולס איז ארויסגעקומען מעלדן אז רוב פון אירע אנקעטעס זענען געווען ארויסגעזויגן פון פינגער און איז אליינס פראבעצירט געווארן.
די פאולס פון דער פירמע זענען גענוצט געווארן דורך עטליכע גרויסע נייעס אגענטורן ווי די ניו יארק טיימס און נויז-וויק.
די פירמע האט געפלאנט צו ווייטער שפילן מיטן ציבור, אבער א צווייטע פירמע, גערופן פיפטי-פּלאס-וואן האט אויפגעדעקט אז זיי מאכן פאלשע אנקעטעס, וואס האט געפירט אז דער פירמע זאל ארויסקומען אין די עפענטליכקייט און מודה זיין אז זיי פראבעצירן אליינס זייערע אנקעטעס.
די מעלדונג האט שטארק אנטוישט דעמאקראטן צוליב וואס דער פירמע האט כסדר געוויזן גוטע ציפערן פאר דעמאקראטישע קאנדידאטן.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf




