דאנערשטאג, 29 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסה' וירא פ"ז

ביינענס, דער וועלט'ס גרעסטע האנדל פלאטפארמע פאר קריפטא, איז געקומען אונטער א…

דאנערשטאג, 29 אקטאבער 2026 · 19:49

ה' וירא פ"ז: ביינענס, דער וועלט'ס גרעסטע האנדל פלאטפארמע פאר קריפטא, איז געקומען אונטער א העקעריי אטאקע, רעזולטירנדיג איבער 5.6 ביליאן דאלער אין גע'גנב'עטע קריפטא געלטער.

ביינענס פון איר זייט, טענה'ט אז די געלטער פון באנוצער איז נישט גע'גנב'עט געווארן און זי פארשט די אינצידענט.

אויב זאל די ציפער פון 5.6 ביליאן דאלער זיין אמת, וועט דאס זיין די גרעסטע קריפטא העקעריי אין היסטאריע.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס