דאנערשטאג, 29 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסה' וירא פ"ז

אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע האבן אידענטיפיצירט אליס האנג, א כינעזער ביזנעספרוי…

דאנערשטאג, 29 אקטאבער 2026 · 17:14

ה' וירא פ"ז: אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע האבן אידענטיפיצירט אליס האנג, א כינעזער ביזנעספרוי וואס ווערט פארדעכטיגט אין זיין א שפיאן, אין האבן נאנטע באציאונגען מיט דער סי-אי-או פון נעווידיע.

זי איז א הויכראנגיגע עקזעקטיוו ביי די 'מעגאספּיד' דאטא פירמע אין סינגאפור, און איז שוין געווען אונטער אויספארשונג ווען די פירמע וואו זי ארבעט איז געווארן פארדעכטיגט אין העלפן טראנספארטירן נעווידיע עי-איי טשיפס קיין כינע, פארלעצנדיג אמעריקאנער באגרענעצונגען.

אמעריקאנער באאמטע פארדעכטיגן אז האנג האט איבערגעגעבן אינפארמאציע פאר כינעזער אוטאריטעטן בשעת'ן האבן דירעקטע צוטריט מיט דער נעווידיע סי-אי-או, הייבנדיג זארג איבער מעגליכע ארויסרינונג פון סענסיטיווע ביזנעס אינפארמאציע וואס זענען אנגעקומען קיין כינע.

פרעזידענט טראמפ איז אינפארמירט געווארן איבער דעם אין 2025 אבער האט באשלאסן נישט צו נעמען קיין שריט, בשעת דער נעווידיע סי-אי-או האט קיינמאל נישט באקומען קיין ווארענונג זיך צו האלטן ווייט פון האנג.

• ניו יארק טיימס •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס