מאנטאג, 2 נאוועמבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
פאליטישע נייעסב' חיי שרה פ"ז

מיט בלויז געציילטע שעות פארבליבן ביז ווען שטימע ערטער איבער די פאראייניגטע…

מאנטאג, 2 נאוועמבער 2026 · 14:04

ב' חיי שרה פ"ז: מיט בלויז געציילטע שעות פארבליבן ביז ווען שטימע ערטער איבער די פאראייניגטע שטאטן וועלן עפענען די טויערן און אקצעפטירן די שטימעס פון וויילער, איז ווערד צו כאפן א בליק אויף וואו זאכן שטייען און וואס די אנאליסטן טוען פארזאגן.

קוקנדיג אויף קאנגרעס, האבן יעצט רעפובליקאנער די מערהייט מיט געציילטע זיצן. אנקעטעס ווייזן אז דעמאקראטן זענען ערווארטעט צו געווינען אמווייניגסטנס 222 זיצן, בשעת רעפובליקאנער זענען ערווארטעט צו געווינען 195 זיצן. קאנגרעס באשטייט פון 435 זיצן, 218 דארף מען צו האבן א מערהייט. ביים יעצטיגן פארמעסט זענען דא 18 זיצן וואס זענען גאר נאנט און בלויז די וואל אויסגאנג וועט באשליסן וועלכע פארטיי ס'באקומט קאנטראל. אבער אפילו אזוי, זענען דעמאקראטן מער ווייניגער פארזיכערט צו באקומען קאנגרעס, די שאלה איז נאר מיט ווי א גרויסע מערהייט. רעפובליקאנער האבן יעצט 218, דאס איז א מערהייט, אבער ס'איז צו שמאל צו קענען דורכפירן בילס ווען דעמאקראטן שטעלן זיך דערקעגן.

סענאט האט אויסגעזען ווי א זיכערער געווינס פאר דעמאקראטן, אבער אין די לעצטערע טעג זענען זאכן געווארן שמעלער אזש רעפובליקאנער האבן א שאנס צו אנהאלטן די קאנטראל.

היינט האבן רעפובליקאנער 53 זיצן אין סענאט, קעגן 47 זיצן וואס די דעמאקראטן האבן. צו געווינען קאנטראל דארפן דעמאקראטן איבערדרייען 4 זיצן, ווייל ביי 51 ווערט קלאר ווער ס'האט די קאנטראל פון סענאט.

לויט אנקעטעס וועלן דעמאקראטן באקומען 47 זיצן, קעגן רעפובליקאנער וואס וועלן באקומען 46 זיצן.

די פארמעסט פון סענאט איז אצינד באזירט אויף 7 סטעיטס וואס וועלן אנטשיידן וועלכע פארטיי ס'וועט באקומען קאנטראל איבער'ן סענאט.

די 7 סטעיטס זענען: אלאסקע, אייאווע, קענזעס, מעין, מישיגען, אהייא און טעקסעס.

ביידע זייטן דארפן געווינען 4 פון די זיבן צו געווינען סענאט. אין די פאולס זענען דעמאקראטן פאראויס ביי 5 פון די 7 סטעיטס, בשעת 2 סטעיטס זענען האלדז-צו-האלדז. אבער אפילו אין די פינף וואו דעמאקראטן שטייען פאראויס, איז עס אין אלגעמיין נישט מיט מער ווי 5 פונקטן פאראויס, וואס מיינט אז די זיבן סטעיטס זענען באמת נאנטע פארמעסטן און אויף די זיבן וועט זיך ווענדן ווער ס'וועט קאנטראלירן דעם סענאט.

בקיצור: דעמאקראטן זענען מער ווייניגער פארזיכערט צו באקומען קאנגרעס, בשעת רעפובליקאנער האבן א שאנס צו בלייבן מיט'ן סענאט.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/7jksog

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס