אן אפעלאט געריכט האט היינט אויסגעהערט א פארלאנג פון די יוסטיץ דעפארטמענט איבער…
א' וירא פ"ז: אן אפעלאט געריכט האט היינט אויסגעהערט א פארלאנג פון די יוסטיץ דעפארטמענט איבער 20,000 מעיל-אין בעלאוטס וואס זענען געשיקט געווארן צו נישט-בירגער אין קאליפארניע.
די יוסטיץ דעפארטמענט טענה'ט אז א ליסטע פון 20,000 מענטשן אין קאליפארניע וואס האבן באקומען מעיל-אין בעולאטס זענען נישט קיין בירגער, און פארלאנגען אז מען זאל נישט ציילן זייערע שטימעס ביז ווען ס'ווערט באשטעטיגט צי זײ זענען יא אדער נישט קיין אמעריקאנער בירגער.
קאליפארניע פון איר זייט טענה'ט אז די יוסטיץ דעפארטמענט פארמאגט נישט קיין באווייז וואס זאל זיי מאכן דארפן איבערקוקן דעם ליסטע.
היינט האט אן אפעלאט געריכט אויסגעהערט ביידע זייטן און אצינד ווארט מען אויף א באשלוס צי מ'קען אפהאלטן די 20,000 בעלאוטס פון ווערן געציילט.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf





