אמעריקע איז היינט געקומען אונטער פארפלייצונג פון א מאסיוון בלויע כוואליע, אזש…
ד' חיי שרה פ"ז: אמעריקע איז היינט געקומען אונטער פארפלייצונג פון א מאסיוון בלויע כוואליע, אזש קיין שום פאראויסשאצונג האט נישט געוואוסט צו זאגן אז די כוואליע וועט זיין אזױ אגרעסיוו.
שטייענדיג ביים שוועל פון נאוועמבער 3 ווערט קלאר אז דעמאקראטן האבן איבערגענומען קאנטראל פון קאנגרעס און סענאט, און וועלן עס פירן איבער די קומענדיגע צוויי יאר.
דעמאקראטן האבן באוויזן צו באקומען סענאט אדאנק זייערע געווינסן אין נארט קאראליינע, סאוט קאראליינע, אהייא, טעקסעס, קענזעס און אייאווע.
האקים דזשעפריס וועט ווערן דער קומענדיגער קאנגרעס ספיקער.
א סי-ען-ען אנקעטע ווייזט אז וויילער זענען געווען גאר אויפגעברויזט אויף די טראמפ אדמיניסטראציע, וואס האט געברענגט אז גאר אסאך רעפובליקאנער זאלן שטימען פאר דעמאקראטישע קאנדידאטן.
אין די אנקעטע איז טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע אריינגעקומען ביי 38%, נאנט צו 7 פונקטן ווייניגער ווי אין די 2018 מידטורמס.
די גרעסטע פראבלעמען בײ וויילער זענען די עקענאמיע, דעמאקראטיע, אימיגראציע, העלט קעיר, אויסערן פאליסי, און פארברעכנס.
65% וויילער זאגן אז טראמפ'ס פאליסיס האט געשעדיגט די עקענאמיע, 38% זאגן אז זיי שטיצן די איראנער מלחמה, בשעת 40% זאגן אז זיי שטיצן אייס.
70% זאגן אז טראמפ'ס טאריפס האבן געשעדיגט די עקענאמיע.
קוקנדיג אויפן רעפובליקאנער פארטיי, זאגן 59% אז זיי זענען נישט צופרידן מיט די פארטיי, בשעת 41% זאגן אז זיי זענען יא צופרידן.
צווישן דעמאקראטן זענען 54% נישט צופרידן, בשעת 46% זאגן אז זיי זענען יא צופרידן.





