דינסטאג, 3 נאוועמבער 2026
לייוו🗳️ וואלן 2026 – לייוו רעזולטאטן
צוריק אהיים

מידטורם אפדעיטס

מידטורם אפדעיטסג' חיי שרה פ"ז

קאנגרעסמאן מייק לאולער מעלדט אז ס'האט זיך געמאכט פראבלעמען מיט די וואלן מאשינען אין וועסטשעסטער קאונטי.

ניוז 12 באריכטעט פון אן אנאנימער וואל באאמטער אז די רעזולטאטן פון ניו יארק'ס 17'טער קאנגרעסיאנאלע פארמעסט וועט ווארשיינליך אריינקומען שפעט צוליב די וואל מאשין פראבלעמען.

עפענען / שיקן ווייטער
מידטורם אפדעיטסג' חיי שרה פ"ז

עטליכע שעה אריין אין נאוועמבער 3, זענען דעמאקראטן פאראויס מיט שטימעס.

ביי 25 סטעיטס וואס געבן ארויס די פארטיי ציפערן, האבן שוין 8.5 מיליאן רעגיסטרירטע דעמאקראטן אפגעגעבן זייער שטימע, בשעת רעפובליקאנער שטייען ביי 7.0 מיליאן רעגיסטרירטע שטימעס.

רעפובליקאנער שטייען דערווייל פאראויס מיט שטימעס אין יוטא, סאוט דעקאטע, פלארידע און אריזאנע. דעמאקראטן זענען פאראויס אין ניו דזשורסי, נארט קאראליינע, מערילענד און נעוואדע.

דעמאקראטן שטימען אין אלגעמיין פרי, בשעת רעפובליקאנער שטימען געווענליך אינעם עצם וואל טאג, וואס באדייט אז די אויבערהאנט קען זיך נאך טוישן.

עפענען / שיקן ווייטער
קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס