מיטוואך, 28 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסד' וירא פ"ז

פאליווא באלסאנערא איז ארויסגעקומען אדרעסירן זיין פאלק, זיך דערקלערנדיג אלס…

מיטוואך, 28 אקטאבער 2026 · 17:04

ד' וירא פ"ז: פאליווא באלסאנערא איז ארויסגעקומען אדרעסירן זיין פאלק, זיך דערקלערנדיג אלס ''דער אמת'ער ערוועלטער פרעזידענט'', און טענה'ט אז ס'זענען געווען גאר אסאך וואל שווינדלערייען און באשולדיגט פרעזידענט לולא און די סופרים קאורט אין גנב'נען די וואלן.

אין זיין סטעיטמענט זאגט באלסאנערא אז ער האט פארלאזט בראזיל מיט זיין פאמיליע נאך זארג איבער א פאליטישער אנקלאגע קעגן אים און צוגעזאגט צו פירן די אפאזיציע פון דערווייטנס.

''איך בין נישט אנטלאפן פון בראזיל. איך בין אוועק פאר די טובה פון בראזיל. איך בין נישט באגאנגען קיין שום פארברעך,'' האט באלסאנערא דעקלערט, דאנקענדיג פרעזידענט טראמפ און די אמעריקאנער בירגער פאר'ן אים אקצעפטירן, און דערביי באדאנקט דער ארגענטינער פרעזידענט מילעי פאר זיין ''שטארקייט, געפיל פאר גערעכטיקייט, און רעספעקט פאר די הערשאפט פון געזעץ.''

באלסאנערא האט אויך געבעטן די אינטערנאציאנאלע באפעלקערונג נישט צו נארמאליזירן וואס ער באשרייבט אלס אן ''אוטאריטעטישער רעזשים'' אין בראזיל.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס