מיטוואך, 28 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסד' וירא פ"ז

בום! ווי שוין באריכטעט, האט די טראמפ אדמיניסטראציע געבעטן פון א געריכט אז זי…

מיטוואך, 28 אקטאבער 2026 · 15:14

ד' וירא פ"ז: בום! ווי שוין באריכטעט, האט די טראמפ אדמיניסטראציע געבעטן פון א געריכט אז זי וויל קענען דורכפירן אן אויספארשונג איבער די אלאסקע סענאט פארמעסט אין פאל וואס דער רעפובליקאנער קאנדידאט פארלירט. דאס קומט צוליב וואס אויפן בעלאוט איז דא א צווייטער קאנדידאט מיט א גאר ענליכע נאמען צו דער רעפובליקאנער קאנדידאט דאן סאליווען.

אצינד, דעקט די ניו יארק טיימס אויף, אז די דעמאקראטן האבן בדווקא געזוכט איינער מיט א ענליכע נאמען צו לויפן אויפן בעלאוט אין א פרואוו צו אוועקנעמען שטימען פון דער רעפובליקאנער דאן סאליווען.

לויט דער באריכט, האט די קאמפיין פון די דעמאקראטישע קאנדידאט, פרוי פעלטאלע, געארבעט פאר חדשים לאנג צו טרעפן איינער מיט א ענליכע, אדער די זעלבער נאמען, ווי דאן סאליווען, וואס זאל לויפן אינעם פארמעסט, ביזן טרעפן איינער מיטן נאמען דאן דזשעי סאליווען וואס איז גרייט געווען אריינצושפרינגען.

די טיימס ציטירט באווייז, טעקסט מעסעדזשעס, אינטערוויוס און געשפרעכן צווישן 12 מענטשן וואס זענען פארמישט אין פעלטאלע'ס קאמפיין, אריינגערעכנט די ווערטער פון איר געוועזענע קאמפיין מענעדזשער, וואס האט באשטעטיגט אז פעלטאלע איז נישט געווען פארמישט אין די ארבעט צו רעקרוטירן דאן דזשעי סאליווען צו לויפן, אבער האט געוואוסט פון דעם אפעראציע.

דער ציל פון נעמען איינער מיט אן ענליכע נאמען איז וויבאלד מענטשן קענען זיך גאר שנעל פארמישן צווישן די צוויי קאנדידאטן, און ביים ווילן שטימען פאר דער רעפובליקאנער סאליווען, קענען זיי בטעות שטימען פאר דער צווייטער סאליווען, און אין א נאנטע פארמעסט קענען עטליכע שטימעס אסאך אויסמאכן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס