דאנערשטאג, 22 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסה' נח פ"ז

רעפובליקאנער האפן שטארק אז די אנקעטעס איבער די מידטורמס זענען 'ראנג', אין דער…

דאנערשטאג, 15 אקטאבער 2026 · 13:24

ה' נח פ"ז: רעפובליקאנער האפן שטארק אז די אנקעטעס איבער די מידטורמס זענען 'ראנג', אין דער צייט וואס אנקעטעס צייגן אז דעמאקראטן שטייען מיט 9 פונקטן פאראויס נאצינאל און אז רעפובליקאנער זענען ערווארטעט צו פארלירן קאנגרעס.

רעפובליקאנער סטראטעגיסטן טענה'ן אז ס'איז נאך דא האפענונג צוליב וואס אנקעטעס האבן שוין עטליכע מאל אונטערגעשאצט טראמפ און רעפובליקאנער וויילער.

זיי האפן אז די 2022 מידטורמס זאל זיך ווידעראמאל איבערשפילן, אבער אויף די רעפובליקאנער וועג, ווען דעמאקראטן האבן איבערגעשטיגן יעדע פאראויסשאצונג טראץ וואס די פאולס האבן פארגעזאגט דעמעקראטישע פארלוסטן.

איין רעפובליקאנער סטראטעגיסט האט געווארנט אז אויב זענען אנקעטעס ריכטיג, קען 2026 ווערן איינס פון די ערגסטע וואל פארמעסטן אין רעפובליקאנער היסטאריע.

• פאליטיקא •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס