פרייטאג, 23 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
פאליטישע נייעסב' נח פ"ז

שטייענדיג בלויז 22 טעג אוועק פון נאוועמבער 3, א טאג וואס אמעריקאנער וויילער…

מאנטאג, 12 אקטאבער 2026 · 20:06

ב' נח פ"ז: שטייענדיג בלויז 22 טעג אוועק פון נאוועמבער 3, א טאג וואס אמעריקאנער וויילער וועלן באשליסן וועלכע פארטיי זאל פירן זייער רעגירונג, טוט א פאליטישע אטמאספערע ארומנעמען דאס לאנד, און ראליס טוען זיך פארמירן לעגאויס די פאראייניגטע שטאטן.

פאר טייל איז די מידטורמס בלויז לאקאל; מ'מאכט זיכער צו שטימען און מ'האפט אז דער לאקאלער קאנגערסמאן וועלכער טוט א גוטע ארבעט זאל ווידער ערוועלט ווערן. פאר אנדערע איז עס אסאך מער ווי לאקאל; ס'איז עפעס וואס נעמט ארום זיין פארטיי און א געווינס וועט אים מאכן פרייליך בשעת א פארלוסט וועט באדייטן א פרעזענליכע קלאפ.

יעדער האט זיך זיין פארטיי פאר וועם ער האפט דאס בעסטע און וואונטשט זיי א געווינס.

אין לויף פון די קומענדיגע טעג וועט אמעריקע אריינגיין אין א היציגע פאזע פון פאליטיק. קאנדידאטן וועלן הייבן זייערע טענער, קאנספיראציעס קעגן קאנדידאטן וועלן זיך מערן, און קאמפיינס וועלן גיין גרויס.

דא אין ''בקיצור'' וועלן מיר באגלייטן די אנטוויקלונגען אויף דעם פאליטישן פראנט און ברענגען פאר אייך די לעצטע אנקעטעס פון אלע פארמעסטן. פאליטיק קען זיין גאר שמוציג און ספעציעל ווען עס קומט צו א נאצינאלע וואל סעזאן וואס דאן הייבט זיך דאס פלאם, דעריבער וועלן מיר בלויז באריכטן פאליטיק וואס שטייט מיט די אידישע ווירדן.

ס'איז וויכטיג קלארצושטעלן אז ''בקיצור'' רעפרעזענטירט נישט קיין שום פארטיי און מיר וועלן אין קיין שום פאל נישט ארויסווייזן שטיצע פאר קיין קאנדידאט ווען ס'איז געוואנדן אויף זיין פארטיי. ס'איז עפעס וואס שטייט מיט אונז און איז א הויפט פרינציפ.

אנקעטעס וואס מיר ברענגען זענען נישט געוואנדן לויט די ציפערן וואס שמייכלען צו א ספעציפישע פארטיי. מיר ברענגען רויע אנקעטעס און נייעס לויט ווי עס האט פאסירט און ווי עס ווערט באריכטעט.

אינאיינעם וועלן מיר נאכפאלגן די אנטוויקלונגען און צוזאמען וועלן מיר מיטהאלטן נאוועמבער 3 און זען וועלכע פארטיי ס'וועט באקומען קאנטראל פון די אמעריקאנער רעגירונג.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס