דאנערשטאג, 22 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
פאליטישע נייעסד' לך לך פ"ז

13 טעג פארבליבן ביז נאוועמבער 3:

מיטוואך, 21 אקטאבער 2026 · 23:54

ד' לך לך פ"ז: 13 טעג פארבליבן ביז נאוועמבער 3:

• היינט איז ערשינען א פרישע אנקעטע פון די ניו יארק טיימס וואס גיט פאר דעמאקראטן א 11 פונקטן אויבערהאנט אין קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן. קוקנדיג אויפן סענאט, טוט דעסישאן דעסק עדיזש-קיו געבן א 56% שאנס פאר דעמאקראטן צו איבערנעמען קאנטראל.

דעמאקראטן דארפן איבערדרייען פיר זיצן צו באקומען קאנטראל אינעם סענאט; די פראבלעם איז אז די זיצן זענען רעפובליקאנער סטעיטס. אבער אנקעטעס ווייזן אז ס'איז בכלל נישט קיין פראבלעם; דעמאקראטן שטייען פאראויס אדער גאר נאנט אין אהייא, טעקסעס און אייווא, און זענען גאר נאנט אין קענזעס, מיסיסיפי, און סאוט קאראליינע.

• היינט נאכט איז פארגעקומען א דעבאטע צווישן די צוויי סענאט קאנדידאטן אין מישיגען, דער דעמאקראטישער אבדול על-סאאיד און דער רעפובליקאנער מארק ראדזשערס. ראדזשערס האט באשולדיגט על-סאאיד אין האבן פארבינדונגען מיט מוסלעמענער גרופעס, בשעת על-סאאיד האט אראפגעריסן ראדזשערס איבער די געלטער וואס ער האט פארדינט אין וואשינגטאן און זיין פריינדשאפט מיט פרעזידענט טראמפ.

• פרעזידענט טראמפ איז היינט אנגעקומען קיין סאוט קאראליינע פאר א ראלי מיט דארלין גרעהעם, די שוועסטער פון לינדזי גרעהעם, וואס לויפט פאר סענאט.

• איבער 16 מיליאן מענטשן זענען שוין ארויסגעקומען שטימען, און אין טעקסעס האבן טייל קאונטיס געזען רעקארד ציפערן פון וויילער וואס קומען ארויס שטימען, צייגנדיג אויף א שטארקע ענטוזיאזם אינערהאלב ביידע פארטייען.

אין די היימישע געגנטער ווערט די סיטואציע עטוואס הייס, מיט קאנדידאטן פון ביידע פארטייען וואס זוכן צו באקומען די שטימען פונעם ציבור. אויב זעט איר רעקלאמעס גלייב איך אז איר ווייסט...
א גרויסע פארמעסט וואס מאכט אסאך אויס ביים היימישן ציבור איז די קאנגרעסיאנאלע פארמעסט פון מייק לאולער. היינט איז געמאלדן געווארן אז אילאן מאסק וועט אריינגיסן 500 טויזנט דאלער אין מייק'ס קאמפיין, זייענדיג א פארמעסט וואס קען אנטשיידן וועלכע פארטיי ס'וועט באקומען קאנטראל פון קאנגרעס.

• נעכטן האט זיך אפגעשפילט א היפשע קאנטראווערסיע אין אהאיא ווען דער רעפובליקאנער געווארנער קאנדידאט וויוועק ראמאסוואמי האט ארויסגעשטעלט א קאמפיין ווידעא וואס ווייזט וואו די מאמע פון זיין קעגנער רופט פאר וויילער נישט צו שטימען פאר איר טאכטער צוליב וואס זי איז נישט באגלייבט.

די פראבלעם איז נאר אז אקטאן האט שוין נישט קיין פארבינדונג מיט איר מאמע פון די צוועלף יאר צוליב וואס זי איז אריבער פייניגונגען אינדערהיים.

דער ווידעא האט באקומען גאר אסאך קריטיק צוליב וואס ראמאסוואמי האט זיך באנוצט מיט א ווייטאגליכע פרשה און פריוואטע פאמיליע צעטיילונג צו אראפברענגען זיין קעגנער.

צוערשט איז נישט געווען באקאנט ווער ס'האט ארויסגעשיקט דעם ווידעא, אבער שפעטער האט ראמאסוואמי געזאגט פאר די פרעסע אז זיין קאמפיין שטייט אונטער עס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס