שבת, 24 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסמוצאי שבת פרשת לך לך פ"ז

די טראמפ אדמיניסטראציע האט אריינגעגעבן א קלאגע איבער די אלאסקע סענאט פארמעסט נאך וואס צוויי קאנדידאטן האבן כמעט די זעלבע נאמען.

שבת, 24 אקטאבער 2026 · 20:51

מוצאי שבת פרשת לך לך פ"ז: די טראמפ אדמיניסטראציע האט אריינגעגעבן א קלאגע איבער די אלאסקע סענאט פארמעסט נאך וואס צוויי קאנדידאטן האבן כמעט די זעלבע נאמען.

דער רעפובליקאנער קאנדידאט איז סענאטאר דאן סאליווען, בשעת וואס אויפן בעלאוט געפינט זיך נאך א קאנדידאט מיט'ן נאמען דאן דזשעי סאליווען.

די אדמיניסטראציע וויל אז אויב סענאטאר סאליווען פארלירט דעם פארמעסט זאל זי קענען דורכפירן אן אויספארשונג צוליב וואס זי האט מורא אז וויילער קענען זיך צעמישן צווישן די צוויי סאליווען'ס, און אזױ ארום ברענגען אז דער רעפובליקאנער קאנדידאט זאל פארלירן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס