פרייטאג, 23 אקטאבער 2026
צוריק אהיים

וועלטליכע נייעס

וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

היינט איז אריין אין אפעקט א נייע פארבאט אויף מיידלעך פון טראגן די מוסלעמענישע קליידונג אין שולע אין אזערביידזשאן.

פילע טענה'ן אז דאס פארלעצט רעליגיעזע פרייהייט אין א לאנד וואו 96% פון די פאפולאציע אידענטיפיצירט זיך אלס מוסלעמענישע.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מעקראן האט געמאלדן אז די פראנצויזישע נעווי האט פארכאפט א רויסישע טאנקיר שיף וועלכער איז אונטער סאנקציעס, אין די אינדיען אקעאן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

סאודיע אראביע האט פובליצירט א ווארענונג אין עטליכע שפראכן, אריינגערעכנט ענגליש, וואס דערמאנט פאר טוריסטן אז מענטשן וואס רעקארדירן, פובליצירן אדער טיילן מיט אינפארמאציע איבער א מיסיל און דראון אימפאקט, וועלן אויסשטיין לעגאלע שריט.

דאס קומט אין א צייט וואס סאודיע אראביע איז אונטער נאכאנאנדע אטאקעס פון די הוטי רעבעלן אין תימן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

העקערס האבן דורכגעפירט א סעריע סייבער אטאקעס אויף די פרידזשידער סיסטעם פון פילע סופערמארקעטס אין פראנקרייך.

די העקערס האבן באוויזן צו ארויפרוקן די טעמפעראטור פון די פרידזשידערס ביז אזױ הויך ווי 122 דעגרי, און אזױ ארום שאדן געמאכט פרישע און פארפרוירענע פראדוקטן.

צוויי גראסעריס האבן באריכטעט אז זיי האבן שאדן געהאט 270,000 יורא, בשעת שאדנס פון אלע גראסעריס אינאיינעם ווערט געשאצט ביי עטליכע מיליאן יוראס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

טויזנטער מענטשן האבן זיך פארזאמלט אין ניו דעלהי, אינדיע, צו פארלאנגען די רעזיגנירונג פון דער ארטיגער וואל-טשיף, צוליב וואס ער האט דורכגעפירט א ''רייניגונג'' אויף די וויילער ליסטע, אויסמעקנדיג איבער 130 מיליאן מענטשן וואס טוט זיי בלאקירן פון קענען שטימען.

די וואל קאמיסיע פארטיידיגט דעם רייניגונג, זאגנדיג אז מ'האט בלויז אראפגענומען דאפלטע נעמען און טויטע.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

א דזשורי סעלעקציע וועט זיך מארגן אנהייבן פאר פעיטאן גענדראן, דער מאן וועלכער האט דורכגעפירט א שיסעריי אין א סופערמארקעט אין באפאלא אין 2022, פון וואס 10 מענטשן זענען אומגעקומען.

פעיטאן האט געצילט צו הרג'נען שווארצע און זיצט אצינד פאר לעבנסלענגליכע טורמע אן קיין אפציע פון פעיראל.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער

כלל ישראל אנטפאנגט מיט פרייד דער גליקליכע בשורה אז הבחור אלי לאווין פון מאנסי איז ב''ה באפרייט געווארן אויף הויז ארעסט.

אלי איז עטליכע מאנאטן צוריק ארעסטירט געווארן אויפן באשולדיגונג פון שפיאנירן פאר איראן, און איז געזעצן אונטער ברוטאלע אומשטענדן צווישן די ערגסטע טעראריסטן.

אצינד האט יצחק עמית, דער ריכטער פונעם העכסטן געריכט אין מדינת ישראל, געאורטיילט אז אלי קען ארויסגיין אויף הויז ארעסט ביז זיין ענדגילטיגער אורטייל.

עסקנים האבן אריינגעלייגט א מיליאן שקלים אלס א משכון.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

סאודיע קרוין פרינץ מוכאמאד בן סאלמאן טוט זיך באהאלטן צווישן שטארק באשטיצע פלעצער וועלכע זענען אויסשטאפירט מיט בונקערס און ארומגענומען מיט אייגן-געוועלטע זיכערהייט וועכטער, אין דער צייט וואס הוטי אטאקעס פארשטארקן זיך.

סאודיע באאמטע זאגן אז די קעניגרייך איז אין א מאנגל פון אינטערסעפטאר מיסילס און מוטשעט זיך צו באשיצן איר ענערגיע אינפראסטרוקטור און רעגירונג געביידעס.

• וואל סטריט זשורנאל •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסב' נח פ"ז

אילאן מאסק האט בייגעשטייערט איבער 276 מיליאן דאלער פאר רעפובליקאנער גרופעס אים מאכנדיג פאר דער גרעסטער ביישטייערער אין די 2026 מידטורם פארמעסטן.

זיינע ביישטייערונגען נעמען אריין 158 מיליאן פאר די הויפט רעפובליקאנער סופּער-פּעק און מער ווי 76 מיליאן פאר אמעריקע-פּעק, וואס פירט אן מיט קאמפיינס אין זיבן סענאט פארמעסטן און 36 קאנגרעס פארמעסטן.

טראץ וואס ער האט אויסגעגעבן אזויפיל געלט, האט מאסק גענומען א שטילערע פאליטישע ראלע נאכ'ן זיך צוקריגן מיט טראמפ. זיין סופּער-פּעק פלאנט אויך צו זיין אקטיוו אין די 2028 פרעזידענטליכע פארמעסט.

• ניו יארק טיימס •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

''די אייראפעאישע פאראיין האט באצאלט פאר רוסלאנד 250 ביליאן דאלער פאר ענערגיע, און די פאלשע נייעס מידיא וויל נישט גיין נאנט צו דעם געשיכטע.

איך האב געמאכט די ריכטיגע באשלוס פאר די אמעריקאנער בירגער - אייביג, אמעריקע ערשט!"

- פרעזידענט טראמפ אויף טרוט סאשעל.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסוועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

די אויסערן מיניסטארן פון 29 לענדער, אריינגערעכנט פון אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, קאנאדע און אויסטראליע, האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע פארדאמונג אויף איראנ'ס פארבינדונג אין אטענטאט פארזוכן, ארסאן אטאקעס, סאבאטאזש, סייבער אטאקעס און אנדערע פיינטליכע אקטיוויטעטן וועלכע צילן זייערע לענדער.

די מיניסטארן האבן אנגעוויזן אויף א לעצטיגע כוואליע פון אטאקעס איבער אייראפע וועלכע האבן געצילט אידן, איראנער זשורנאליסטן און אמעריקאנער אינטערעסן.

די 29 לענדער האבן געווארנט אז פראבעס פון איראן צו שעדיגן מענטשן אויף זייער טעריטאריע וועט נישט טאלערירט ווערן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

פעדעראלע אגענטן האבן היינט 6:00 פארטאגס געשטורעמט די וואשינגטאן הויז פון די דעמעקראטישע קאנגרעס-פרוי אילאן אומאר, וואו זיי האבן דורכגעפירט אן אונטערזיכונג אלס טייל פון אן אויספארשונג איבער מעגליכע אימיגראציע שווינדלערייען וואס די סאמאליע-געבוירענער געזעצגעבערין איז באגאנגען.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסוועלטליכע נייעסב' נח פ"ז

אמווייניגסטנס 20 מענטשן, אריינגערעכנט קינדער, זענען שווער פארוואונדעט געווארן נעבן דעם צפון מדינת ישראל גרעניץ מיט לבנון, ווען אן אומעקספלאדירטע באמבע האט אויפגעריסן, בשעת זיי זענען געווען אויף א שפאציר.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

די אייראפעאישע פאראיין האט אנגעהויבן איינצוימען וויזע באגרעניצונגען פאר רוסישע בירגער נאך זארג איבער מעגליכע סאבאטאזש אטאקעס.

פוילן, שווייץ און עסטרייך שטיפן פאר שטרענגע צוימונגען, בשעת עסטרייך וויל אויך אוועקנעמען די וויזעס פון 650,000 געוועזענע רוסישע זעלנער צוליב זיכערהייט זארג.

די אייראפעאישע קאמיסיע איז ערווארטעט צו פרעזענטירן די וויזע צוימונגען פאר אן אפשטימונג אין יאנואר 2027.

• פאליטיקא •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

מאסיווע פארפלייצונגען האבן דורכגעריסן נעפאל, אפווישנדיג בריקן, עלעקטעריק שטאנגען און געביידעס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

ווידעא אויף טעלעגראם: https://t.me/baketzer/7093

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

אמעריקע האט געסטראשעט צו אויפהערן פארקויפן וואפנס פאר אוקראינע צוליב אירע אטאקעס אויף רוסישע ענערגיע אינפראסטרוקטור. וואשינגטאן לייגט שטארקע דרוק אויף אייראפע און קיעוו צו זאפארט אפשטעלן ענערגיע אטאקעס, נוצנדיג וואפן סופלייס אלס א סטראשע אין פאל וואס קיעוו שטעלט עס נישט אפ.

• פינאנציעלע טיימס •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

א לופטהאנזא 747 האט אין די לעצטע מינוט אויסגעמיטן א קאטאסטראפע ווען דער אונטערשטער פליגל האט זיך אריינגעהאקט אינעם ראנוועי, ביים לאנדן אין די לאס אנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע לופטפעלד.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' נח פ"ז

ווידעא ווייזט דער מאמענט וואס א הוטי באליסטישע מיסל איז געפאלן אויף טערמינאל 3 פון סאודיע'ס קינג כאליד אינטערנאציאנאלע לופטפעלד.

די אטאקע האט געקאסט די לעבנס פון 13 מענטשן און פארוואונדעט איבער 300.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
→ נייערעעלטערע ←
קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס