פרייטאג, 23 אקטאבער 2026
צוריק אהיים

וועלטליכע נייעס

וועלטליכע נייעסד' נח פ"ז

דער אוקראינישער פרעזידענט זאלענסקי זאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט געסטראשעט צו אפשטעלן שפיאנאזש טיילונג אחוץ אויב אוקראינע שטעלט אפ אירע אטאקעס אויף רוסישע ענערגיע אינפראסטרוקטור.

ער זאגט אבער אז אמעריקע האט עס דערווייל נישט אפגעשטעלט, טראץ וואס די אטאקעס זעצן פאר.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסד' נח פ"ז

סאודיע אראביע'ס סופרים קאורט האט איבערגעדרייט די טויט אורטייל פאר אן אימיגראנט וועלכער איז אנגעקלאגט געווארן פאר'ן טרייבן שפאס פון ''נביא מוכאמאד'' אויף סאציאלע מידיא.

ס'איז דערווייל נישט קלאר אויב ער וועט ווערן באפרייט אדער אויסשטיין ווייטערדיגע לעגאלע פראצעדורן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסד' נח פ"ז

ספעיס-עקס האט באגרעניצט סטארלינק פארבינדונג פאר אוקראינישע קרעפטן, מיט דראון יוניטס וואס באריכטן אז זיי האבן פארלוירן 'קאנעקשאן' ביים פליען העכער 160 קילאמעטער א שעה, צושטערנדיג עטליכע מיליטערישע מיסיעס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסד' נח פ"ז

צוואנציג טעג צו די מידטורמס:

נעכטן איז פארגעקומען די איינציגסטע דעבאטע צווישן די צוויי ניו יארקער גאווערנאר קאנדידאטן, דער רעפובליקאנער ברוס בלעקמאן און יעצטיגע גאווערנאר האוקעל.

בלעקמאן האט אטאקירט האוקעל איבער איר פריינדשאפט און שטיצע פאר מאמדאני, די הויכע לעבנס קאסטן אין ניו יארק, און די מאסיווע שטייער-צאלער געלטער וואס זי גיבט פאר אימיגראנטן.

האוקעל איז מער ווייניגער געווען פאקוסירט צו אטאקירן טראמפ.

די אסאשיעדעט פרעס ווייסט צו פארציילן אז רעפובליקאנער שטעלן אפ דעם געלט פלוס פאר קאמפיינס אין 4 קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן וואו עס לוינט זיך נישט צו צאלן מער.

די פיר זענען: ניו דזשורסי'ס 7'טער דיסטריקט, אייווא'ס 1'טער דיסטריקט, מישיגן'ס 8'טער דיסטריקט און אהייא'ס 1'טער דיסטריקט. רעפובליקאנער זעען דארט נישט קיין גרויסע שאנסן און וועלן אנשטאט אנהייבן אריינצולייגן כוחות אין פארמעסטן וואו זיי האבן יא אן אויסזיכט צו זיגן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסג' נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ ביי א ראלי אין אלאסקע:

''ווארט ביז ענק וועלן זען וואס מיר וועלן מאכן מיט איראן, ווייל מיר האבן שוין גענוג געהאט מיט זיי. איר ווייסט, מיר האבן שוין גענוג געהאט''.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

87 פלייטס זענען געווארן אפגעשטיפט און 11 זענען געווארן אפגערופן ביי עירפארטס לענגאויס מאסקווע נאך וואס אוקראינע האט געלאזט אין גאנג א מאסיווע אטאקע פון איבער 500 דראונס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסג' נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ פארלאנגט ענטפערס איבער קאנגרעס-פרוי אילאן אומאר'ס ווערד וועלכע איז מיט א צייט צוריק געשטאנען ביי כמעט 30 מיליאן דאלער אבער איז פלוצלינג געפאלן צו 100,000.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

עקסטרעם-רעכטער אקטיוויסט דזשעק לאנג פון פלארידע, איז ארויסגעקומען קעגן די נייע לעיקפראנט ישוב.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

ווידעא אויף טעלעגראם: https://t.me/baketzer/7133

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסוועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

אן אמעריקאנער באאמטער זאגט פאר 'אקסיאס' אז דער מדינת ישראל פריים מיניסטאר נתניהו וויל שטארק פארזעצן מיט די מלחמה מיט איראן.

לויט דער באאמטער האט נתניהו גערעדט עטליכע מאל מיט טראמפ איבער פארזעצן די מלחמה, אבער טראמפ האט נישט געגעבן א געהעריגע ענטפער.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

דער ענגלישער פריים מיניסטאר ענדי בורנהעם האט נעכטן געזאגט אז לויט די יעצטיגע שאצונגען איז איראן שטארק מעגליך געשטאנען אונטער די באמבע אטאקע פלאן ביים אר-עי-עף באזע.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

אפּען-עי-איי זאגט אז די עף-בי-איי האט ארעסטירט א געוועזענער ארבעטער נאך וואס א סאפיסטיקירטע אונטערהער אפאראט איז געפינען געווארן אין איינע פון אירע אפיס.

די קאמפאני זאגט אז זי האט גענוצט איר אייגן עי-איי מאדעלן צו אידענטיפיצירן דער פארדעכטיגטער און דערגיין פון וואו דער אפאראט קומט.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

די רוסישע ראסוועט סאטעליטן, מאסקווע'ס אלטערנאטיוו פאר סטארלינק, זענען טיילווייז דורכגעפאלן.

איין סאטעליט איז שוין אראפגעפאלן איבער'ן אטלאנטיק אין יוני, ווייל דער מאטאר האט נישט געארבעט, און נאך צוויי זענען ערווארטעט צו פאלן סוף אקטאבער און אנהייב נאוועמבער.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

דער בולגארישער פריים מיניסטאר זאגט אז צוויי שיפן זענען אטאקירט געווארן דורך דראונס נעבן בולגאריע'ס בארטן ביי די שווארצע ים, מיט איין שיף וואס האט געזינקען.

ס'איז דערווייל נישט קלאר ווער ס'איז געשטאנען אונטער די דראון אטאקע אויף די צוויי שיפן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

די טאליבאן אין אפגאניסטאן האט סוספענדירט בי-בי-סי'ס ראדיא צוליב וואס זי האט פארלעצט די טאליבאנער געזעצן.

בי-בי-סי זאגט אז מיליאנען אפגאנער זענען צוגעבינדן צו זייער ראדיא און איז זייער איינציגער נייעס אינפארמירער, און אז די פירמע ארבעט מיט די טאליבאן צו טרעפן א לעזונג צו דעם פראבלעם.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

דער טערקישער פרעזידענט ערדוגאן האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט סאודיע קרוין פרינץ מוכאמאד בן סאלמאן, פארדאמענדיג די הוטי אטאקעס און פארגעשלאגן הילף פאר די פאמיליעס פון געליטענע.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

די בארימטע סיק פלעגס פארק האט פארמאכט ניין ראולער קאסטערס אין פארשידענע לאקאציעס נאך וואס א מאן איז נעכטן ארויסגעפאלן פון א ראולער קאסטער ביי סיקס פלעגס אין אטלאנטא, פון וואס ער איז אומגעקומען.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסג' נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וועט זיין ביי די הוטיס נאך די מידטורמס, נאכפאלגנדיג זייערע אטאקעס קעגן סאודיע אראביע.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסג' נח פ"ז

די ווייסע הויז זאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארלאנגט פון די אמעריקאנער אמבאסאדארין צו גריכנלאנד פרוי קימבערלי גילפויעל, צו רעזיגנירן.

דאס קומט נאך אן אויפדעקונג אז זי האט זיך געוואנדן צו א רעפובליקאנער ביישטייער צו באצאלן א 100,000 דאלער קרעדיט קארד חויב אין אויסטויש פאר צוטריט צו הויכראנגיגע אדמיניסטראציע באאמטע.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
→ נייערעעלטערע ←
קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס