פרייטאג, 23 אקטאבער 2026
צוריק אהיים

אלע נייעס

וועלטליכע נייעסא' לך לך פ"ז

עגיפטן'ס נאצינאלע פארטיידיגונגס קאנסול, אנגעפירט דורך פרעזידענט על-סיסי, האט זיך אונטערגענומען צו צושטעלן פאר סאודיע אראביע ''אלע מעגליכע פארמאטן פון שטיצע'' אין איר קאנפליקט מיט די הוטיס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' לך לך פ"ז

איראנ'ס פארלאמענט האט באשטעטיגט מעהרדאד אכלאקי קעטאבטשי אלס דער נייער פארטיידיגונגס מיניסטאר, נאכפאלגנדיג דעם טויט פון דער געוועזענער מיניסטאר אזיז נאזירזאדע וועלכער איז אומגעקומען אין אן אמעריקאנער-מדינת ישראל אטאקע.

דער נייער מיניסטאר האט צוגעזאגט צו צוריקבויען איראנ'ס מיליטערישע-אינדוסטריעלע אינפראסטרוקטור, פארבעסערן וואפנס און פארשטערקערן קאאפעראציע מיט פריוואטע פירמעס.

ער האט אויך געזאגט אז איראן וועט קומענדיגע יאר באנייען א מיליטערישע פליגער וואס איז ערצייגט געווארן אין איראן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' לך לך פ"ז

א סעריע פון עקספלאזאציעס האבן געצילט די הויפטקווארטירן פון די איראנער-געשטיצטע פאפולערע מאביליזאציע קראפט אין מזרח באגדאד, איראק.

דער גרופע קומט כסדר אונטער אמעריקאנער און מדינת ישראל אטאקע, אבער ס'איז דערווייל נישט קלאר צי די עקספלאזאציעס זענען דאס מאל געקומען אין רעזולטאט פון אן אטאקע.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' לך לך פ"ז

פרעזידענט טראמפ אינדארסירט נתניהו אין די בעפארשטייענדע אקטאבער 27 מדינת ישראל אלעקשאן, אים אויסלויבנדיג אלס א גוטער פריים מיניסטאר און א שטארקע שותף אין קאנפראנטירן איראן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסא' לך לך פ"ז

''פראנקרייך ברענט!"

פרעזידענט טראמפ רופט צו פראנצויזישע אוטאריטעטן צו נעמען די סיטואציע אונטער קאנטראל און פארמאכן די גרעניצן, נאכפאלגנדיג די היציגע ראיאטן וואס פלאגט פראנקרייך.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
אידישע נייעסא' לך לך פ"ז

וואנדאליזם אין פולן שוואונג: א שוידערליכע בילד האט זיך אנטפלעקט היינט ביי די אוהלי יעקב שול אין פאריז ווען די ערשטע מתפללים זענען אנקומען און זיך אנגעטראפן מיט אן איבערגעקערטע בית מדרש, נאך וואס היציגע ראיאטירער זענען באפאלן דעם שול און אנגעמאכט א כאאס, אראפווארפנדיג ספרים און תשמישי קדושה אויף דער ערד.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

אוקראינישע באאמטע פרובירן צו געוואויר ווערן ס'האט פארארדענט צו באגרעניצן סטארלינק פארבינדונג פאר מיליטערישע באנוץ, די טראמפ אדמיניסטראציע צי אילאן מאסק.

''ספעיס-עקס אלס א פירמע זאגט אונז אז ס'איז געווען א טעכנישע פראבלעם. אבער אונזערע קאנטאקטן אין די פירמע זאגן אז ס'איז געקומען פון די ווייסע הויז. ווען מיר פרעגן די ווייסע הויז, זאגן זיי אז ס'איז מאסק'', האט אן אוקראינישער באאמטער געזאגט.

לויט קוועלער האט אילאן מאסק פרעזענליך פארגלייגט פאר טראמפ צו באגרעניצן סטארלינק פאר אוקראינע, אבער טראמפ האט עס נישט אנגענומען.

די ווייסע הויז לייקנט ווייטער אז זי זאל האבן געשטאנען אונטער דעם, זאגנדיג אז נישט טראמפ און נישט זיין אדמיניסטראציע האבן באגרעניצט סטארלינק סערוויסעס.

• אקסיאס •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

א רויטערס אויספארשונג האט געפינען אז איראן און אירע פארבינדעטע מיליציעס האבן דורכגעפירט אמווייניגסטנס 135 אטאקעס אויף 84 אינפראסטרוקטור צילן לעגאויס די גאלף זייט פעברואר 28, צילנדיג קריטישע אויל, גאז, עלעקטריציטעט און טראנספארטאציע פאסילאטיז.

די אטאקעס האבן געברענגט ביליאנען דאלארן אין שאדנס, געשטערט גלאבאלע ענערגיע סופלייס און געהאלפן איראן דורכשוויצן אמעריקאנער מיליטערישע דרוק.

גאלף לענדער האבן פרובירט צו באדעקן די אטאקעס, אפט דורכ'ן באשולדיגן שטיקלעך פון אראפגעשאסענע מיסילס און דראונס אין פאראורזאכן די שאדנס.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

א פייער האט אויסגעבראכן ביים קאנאדישע סי-עף-בי מיליטערישע באזע.

דער קאנאדישער פריים מיניסטאר מארק קארני זאגט אז די פייער טוט זיך שנעל פארשפרייטן און באצייכנט די סיטואציע אלס ''גאר ערנסט'', מיט אסאך פאטאליטעטן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

די קאליפארניע אפיס פון דעמעקראטישער קאנגערסמאן מארק דעסאניער איז עוואקואירט געווארן נאך וואס ס'איז אנגעקומען א פארדעכטיגטע ענוואלאפ.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
בילדערמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

לצים ביי די ארבעט:

טשיקאוו בילד מאלט אראפ די צוקונפטיגע יארן ווען דער נייע טעסלא ראודסטער וואס קען פליען וועט ווערן אפגעשטעלט דורך א פאליציאנט.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

וויצע פרעזידענט ווענס אויף טאקער קארלסאן:

''ווען טאקער זאגט, פאר א ביישפיל, אז אבדול על-סאאיד איז דער 'אמעריקע-ערשט' קאנדידאט, וואס איך וואלט געזאגט פאר טאקער, נאכאמאל, איך האב אים עס געזאגט פריוואט און איך וועל עס זאגן אין פובליק:

אבדול על-סאאיד איז א מענטש מיט וועמען דו ביסט איינשטימיג איבער די איראנער מלחמה, און איך פארשטיי דאס.

אבער ווארט א מינוט. דאס איז א מענטש וואס זאגט אז דער איראנער קאנפליקט איז א פראבלעם ווייל ס'פארלעצט אינטערנאציאנאלע געזעצן.

וויאזוי איז דאס 'אמעריקע-ערשט'?"

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ באשולדיגט עטליכע הויכראנגיגע רעפובליקאנער באאמטע אין די שלעכטע מידטורם אנקעטעס.

טראמפ בייזערט זיך פארוואס 200 מיליאן דאלער וואס זיין סופּער-פּעק האט אויסגעגעבן האט געפעלט צו פארבעסערן אנקעטעס און פארוואס זיין רידיסטריקטינג קאמפיין, ספעציעל אין טעקסעס, האט נישט געברענגט קיין קלארע רעזולטאטן.

טראמפ באשולדיגט בעיקר דער פאליטישער ראטגעבער דזשעימס בלעיר און ווייסע הויז טשיף אוו סטעף פרוי וויילס, בשעת די צװײ באשולדיגן זיך איינער דעם אנדערן.

• רויטערס •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

דער פראנצויזישער אינערן מיניסטאר זאגט אז 550,000 מענטשן האבן אנטיילגענומען אין 110 דעמאנסטראציעס איבער גאנץ פראנקרייך, אריינגערעכנט 110,000 אין פאריז.

ער זאגט אז די פאליציי האט געמאכט 400 ארעסטן און 60 אפיצירן זענען פארוואונדעט געווארן דורכאויס די פראטעסטן.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

וויצע פרעזידענט ווענס אויף טאקער קארלסאן:

''איינע פון די סיבות פארוואס טאקער איז זייער בייז איז צוליב די איראנער מלחמה. ער האט נישט ליב די מלחמה מיט איראן.

איך און אים האבן שוין געהאט דעם שמועס פריוואט און פובליק. איך ווייס וויאזוי ער פילט און איך פארשטיי.''

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

איראן העלפט די הוטיס מיט שפיאנאזש, וואפנס, טרענירונג און דירעקטע הילף מיט צילן דראון און מיסיל אטאקעס קעגן סאודיע אראביע.

אין יולי, האבן צוויי מאהאן עירליין פליגערס טראנספארטירט איראנער פערסאנאלן און וואפנס, ברענגענדיג סאודיע צו באמבאדירן די ראנוועי פון די צאנא לופטפעלד - א שריט וואס האט געפירט צו די ווידער-אויפלאקערונג צווישן די צוויי נאכפאלגנדיג א פיר-יאריגער שטילשטאנד.

די שטיצע פון איראן האט געהאלפן די הוטיס צו פארכאפן פילע שטחים וואס זענען געווען אונטער סאודיע קאנטראל און פארזיכערן א הוטי'שע אנוועזענהייט איבער די באב אל-מענדעב וואסער וועג.

• וואל סטריט זשורנאל •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג געזאגט פאר די פרעסע אז ער מיינט אז סאודיע אראביע וועט אקצעפטירן מיליטערישע הילף פון מדינת ישראל.

טראמפ האט אויך געזאגט אז די מעגליכקייט פון א סאודיע אנשליס אין די עברעהעם עקאורדס איז אצינד שטערקער ווי קיינמאל בעפאר.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעספאליטישע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

נאנטע ראטגעבער פון פיט העגסעט טוען אים עצה'ן צו באטראכטן א 2028 פרעזידענטליכע פארמעסט, כאטש וואס ער האט שוין עטליכע מאל אפגעווארפן אזא געדאנק.

זיינע ראטגעבער גלייבן אז זיינע שטעלונגען קענען ווערן אויפגענומען פאזיטיוו ביי מאגא וויילער, ספעציעל אויב ווענס באשליסט נישט צו לויפן.

אבער, פון דער צווייטער זייט טוט העגסעט אויסשטיין א מאנגל אין פאליטישע ערפארונג, ווייניג באציאונגען מיט רעפובליקאנער ביישטייער, און זיין אפזאגן צענדליגער פענטאגאן באאמטע אינאיינעם מיט זיין שטארקע שטיצע פאר די מלחמה מיט איראן איז עפעס וואס וועט אים ווארשיינליך שטערן.

• סי-ען-ען •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

פרעזידענט טראמפ האט בלאקירט סאנקציעס וואס צילן רויסישע גאז סעילס, בלויז טעג בעפאר זיי וואלטן געדארפט אריין אין אפעקט.

די סאנקציעס וואלטן ארויפגעשטעלט טאריפס ביז 100% אויף סחורה פון גרויסע אימפארטירער פון רויסישע אויל און גאז.

רוסישע באאמטע האבן באגריסט טראמפ'ס שריט, בשעת אמעריקאנער געזעצגעבער פון ביידע פארטייען האבן עס שארף פארדאמט.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
וועלטליכע נייעסמוצאי שבת פרשת נח פ"ז

די סיטואציע אין פראנקרייך מיט די סטודענטן פראטעסטן וואס פארלאנגען די רעגירונג צו פארבעסערן די עדיוקאציע, איז ארויף אן ערנסטן שטאפל מיט אגרעסיווע צוזאמשטויסן צווישן ראיאטירער און פאליציי אפיצירן.

פילע געשעפטן זענען וואנדאליזירט און בא'גנב'ט געווארן דורך די פראטעסטירער, ברענגענדיג א געפיל פון אנארכיע צווישן די פראנצויזישע גאסן.

אינעם באגלייטן ווידעא ווערט געזען וואו אן היסטארישע פייף טורעם פון דער לימאזשעס סיטי האול צעגייט אין פלאמען נאכ'ן ווערן אונטערגעצינדן דורך פראטעסטירער.

דער געביידע, געבויט אין 1883, איז מער ווי 140 יאר אלט.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

עפענען / שיקן ווייטער
→ נייערעעלטערע ←
קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס