די אויסערן מיניסטארן פון 29 לענדער, אריינגערעכנט פון אמעריקע, ענגלאנד…
ב' נח פ"ז: די אויסערן מיניסטארן פון 29 לענדער, אריינגערעכנט פון אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, קאנאדע און אויסטראליע, האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע פארדאמונג אויף איראנ'ס פארבינדונג אין אטענטאט פארזוכן, ארסאן אטאקעס, סאבאטאזש, סייבער אטאקעס און אנדערע פיינטליכע אקטיוויטעטן וועלכע צילן זייערע לענדער.
די מיניסטארן האבן אנגעוויזן אויף א לעצטיגע כוואליע פון אטאקעס איבער אייראפע וועלכע האבן געצילט אידן, איראנער זשורנאליסטן און אמעריקאנער אינטערעסן.
די 29 לענדער האבן געווארנט אז פראבעס פון איראן צו שעדיגן מענטשן אויף זייער טעריטאריע וועט נישט טאלערירט ווערן.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf




