דאנערשטאג, 22 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסד' לך לך פ"ז

וועבזייטלעך פון ארום דער וועלט זענען אראפ פונעם אינטערנעט נאך וואס צוויי…

מיטוואך, 21 אקטאבער 2026 · 18:52

ד' לך לך פ"ז: וועבזייטלעך פון ארום דער וועלט זענען אראפ פונעם אינטערנעט נאך וואס צוויי פראבלעמען זענען געפינען געווארן אין PHP, א פראגראמינג שפראך וואס גאר אסאך וועבזייטלעך נוצן.

סייבער סעקיוריטי אגענטורן האבן גע'עצה'ט ארגאניזאציעס וואס קענען נישט 'אפּדעיטן' זייער וועבסייט צו עס אינגאנצן אראפנעמען פון די אינטערנעט.

פינלאנד האט אראפגענומען איר רעגירונגס פובליק אינטערנעט סערוויסעס, און די גרויסע וויקיפידיע וועבסייט איז אויך אראפ פונעם אינטערנעט פאר א שטיק צייט.

די לעכער זענען געפינען געווארן מיט די הילף פון אן אפּען-עי-איי פראגראם.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס