די טראמפ אדמיניסטראציע האט אנגעקלאגט קאליפארניע צוליב וואס 20,000 קאליפארניע…
ה' נח פ"ז: די טראמפ אדמיניסטראציע האט אנגעקלאגט קאליפארניע צוליב וואס 20,000 קאליפארניע איינוואוינער האבן באקומען מעיל-אין בעולאטס און די יוסטיץ דעפארטמענט פארדעכטיגט אז זיי זענען נישט קיין אמעריקאנער בירגער, פארלאנגענדיג פון דער קאליפארניע סעקרעטערי אוו סטעיט צו איבערקוקן די ליסטעס ביז 48 שעה און זען צי די 20,000 מענטשן וואס האבן באקומען מעיל-אין בעולאטס זענען בירגער.
קאליפארניע האט עס נישט איבערגעקוקט, זאגנדיג אז ס'איז נישטא קיין באווייז אויף דעם, און אצינד פארלאנגט די טראמפ אדמיניסטראציע פון א פעדעראלע געריכט אז די בעולאטס זאלן נישט געציילט ווערן ביז ווען ס'ווערט באשטעטיגט אז זיי זענען אמעריקאנער בירגער.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf




