גנבים אין איטאליע האבן גע'גנב'עט איבער 30,000 פלעשער טייערע וויין פון א וויין פאבריק אין טוסקאני, איטאליע.
מוצאי שבת פרשת בראשית פ"ז: גנבים אין איטאליע האבן גע'גנב'עט איבער 30,000 פלעשער טייערע וויין פון א וויין פאבריק אין טוסקאני, איטאליע.
די גנבים, וועלכע זענען באשטאנען פון א גרופע פון זיבן, זענען אנגעקומען צום פאבריק פרייטאג ביינאכט מיט צװײ גרויסע טראקס, גענומען די וויינען, אריינגעלייגט אין די טראקס, און אפגעיאגט פון שטח.
א פאבריק באאמטער זאגט אז די גנבים האבן אויסגעשאלטערט די זיכערהייט קאמערעס און אלארעם סיסטעמען בעפאר'ן דורכפירן זייער רויבעריי.
די גניבה ווערט געשאצט צו זיין אין די ווערד פון 5.8 מיליאן דאלער - עפעס וואס ווערט באטראכט אלס די גרעסטע וויין רויבעריי אין איטאליע'ס היסטאריע.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf




