דער בעלגישער קעניג פיליפ האט אפגעווארפן די רעזיגנאציע פארלאנג פון פריים…
ו' חיי שרה פ"ז: דער בעלגישער קעניג פיליפ האט אפגעווארפן די רעזיגנאציע פארלאנג פון פריים מיניסטאר בארט דע וועווער, אים בעטנדיג צו פארזעצן בודזשעט געשפרעכן מיט די פינף פארטייען, נאך וואס די פארהאנדלונגען זענען צוזאמגעפאלן פריער אין וואך.
בעלגיע געפינט זיך אין שווערע חובות, און די אייראפעאישע פאראיין דרוקט זיי צו שניידן דעם דעפיציט. דער פריים מיניסטאר, וועמענ'ס קאאליציע באשטייט פון פינף פארטייען, האט זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף אן אפמאך צו שניידן דעם בודזשעט.
אצינד, ווען דער קעניג האט אפגעווארפן זיין רעזיגנאציע פארלאנג, האבן די פארטייען צוגעזאגט צו טרעפן א לעזונג פאר א 3-יאריגער בודזשעט פלאן.





