פליי-דובאי קא-פילאט האמאם אל-חמאמי האט געפלאנט צו היידזשעקן א פליגער קיין תל…
ד' בראשית פ"ז: פליי-דובאי קא-פילאט האמאם אל-חמאמי האט געפלאנט צו היידזשעקן א פליגער קיין תל אביב עטליכע מאנאטן בעפאר ס'איז אים שיער געלונגען, פארגאנגענעם חול המועד.
אויספארשער זאגן אז דער קא-פילאט האט פרובירט צו באקומען ארבעט ביי א לופטליניע וואס פליט קיין מדינת ישראל און געבעטן צו פליען מיט פליי-דובאי'ס דובאי-תל אביב רוט. ער האט געזאגט פאר אויספארשער אז זיינע שריט זענען מאטיווירט געווארן דורך די סיטואציע אין עזה.
זיין פלאן איז געווען צו פארוואונדן דער פילאט און קראכן דעם פליגער אין די בן גוריון לופטפעלד, אבער האט באשלאסן עס צו אפשטופן פאר א צווייטע געלעגנהייט צוליב וואס איינער פון די שטאב מיטגלידער אויף יענעם פליגער איז געווען זיינס א פריינד, און ער האט יענעם נישט געוואלט וויי טון.
• וואל סטריט זשורנאל •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf




